אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פויק"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
[[קאַטעגאָריע:מוזיק אינסטרומענטן]] | [[קאַטעגאָריע:מוזיק אינסטרומענטן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:04, 27 נאוועמבער 2022
א פויק איז א שלאג מוזיק-אינסטרומענט וואס מען קלאפט מיט די הענט אדער מיט א פויקשטעקל. א זאמלונג פון פויקן און טאצן, מיט אפשר אנדערע שלאג־אינסטרומענטן. א פויק איז געמאכט פון א פעל פון א ציג אדער אן אנדער בהמה געצויגן איבער א מעטאלן רינג אדער א קיילעכדיקער כלי. מען שלאגט דעם פעל צו שאפן א קלאנג.
מיט א פויק טוט מען האלטן דעם טאקט פון א געזאנג. מען שפילט פויקן ביי מארש־מוזיק, און יעדער מיליטערישער ארקעסטער האט פויקער צו האלטן דעם מארש פון די זעלנער גלייך.
מען ניצט פויקן א סך אין פאפולערער מוזיק, למשל דזשעז, ראק און בלוז.
אין תנ"ך
שמות טו כ
וַתִּקַּח מִרְיָם הַנְּבִיאָה אֲחוֹת אַהֲרֹן אֶת הַתֹּף בְּיָדָהּ וַתֵּצֶאןָ כָל הַנָּשִׁים אַחֲרֶיהָ בְּתֻפִּים וּבִמְחֹלֹת.
- "האט מרים די נביאה די שוועסטער פון אהרן גענומען דעם פויק אין איר האנט, און אלע פרויען זענען ארויסגעגאנגען נאך איר מיט פויקן און טאנצן."
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!