אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאלאנע"
ק (החלפת טקסט – "pע" ב־"פע") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 46: | שורה 46: | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט אין אוקראינע]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט אין אוקראינע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:02, 27 נאוועמבער 2022
|
פאלאנע (אוקראיניש: Полонне; רוסיש: Полонное פאלאנאע) איז א שטאט אויפן טייך כאמארע אינעם כמעלניצקער גובערניע פון מערב אוקראינע. זי איז די הויפטשטאט פונעם פאלאנער ראיאן.
די באפעלקערונג איז געשאצט אומגעפער 23,211 (ווי אין 2001).
פאלאנע געפינט זיך אויף דער is situated on the שעפעטיווקע-בערדיטשעוו אייזנבאן ליניע.
היסטאריע
פאלאנע איז באוואוסט שוין פון 996, ווען מ'האט זי דערמאנט וועגן די שטייערן פון פרינץ וולאדימיר דער גרויסער. דורכאויס די מיטל אלטער איז פאלאנע געווען באוואוסט פאר איר שלאס און די שטאט האט געהאט מאגדעבורג רעכטן. אין 1648 האט דאס מיליטער פון באגדאן כמעלניצקי אויסגעהרג'עט 10,000 יידן (צווישן זיי דער באוואוסטער רבי שמשון אסטראפאליער) וואס האבן געפינען אנטרינונג צווישן די שטאטישע מויערן
אין מאדערנע צייטן האט פאלאנע שטאט סטאטוס זייט 1938.
פאלאנע האט געהאט א שיינע יידישע באפעלקערונג. אין דער צווייטער וועלט-מלחמה האבן די דייטשן וואס האבן אקופירט די שטאט געהאלטן די יידן פארשפארט אין א געטא. אוקראינישע פאליציי האבן זיי געהיט. אין 1941 און 1942, האט מען דערמארדעט הונדערטער יידן אין מאסן הינריכטן אויסגעפירט דורך אן איינזאצגרופע.[1]
באקאנטע מענטשן
- רבי יעקב יוסף פון פאלאנע, דער "תולדות"
- דער דיכטער פרץ מארקיש איז געבוירן געווארן אין פאלאנע אין 1895.
גאלעריע
רעפערענצן
- ↑ http://www.yadvashem.org/untoldstories/database/index.asp?cid=779 The murder of the Jews of Polonne
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!