אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 33: | שורה 33: | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]] | ||
[[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]] | [[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 19:52, 27 נאוועמבער 2022
רבי מנחם מענדל פון װיטעבסק (ה'ת"ץ - א' אייר ה'תקמ"ח) איז געווען פונעם ערשטן דור מנהיגים פון חסידים. באקאנט ווי רבי מענדעלע וויטעבסקער.
אָפּשטאַם
רבי מענדעלע איז געבוירן געװאָרן אין יאָר ה'ת"ץ אין וויטעבסק, רײַסן (דעמאָלסט אין פּוילן, הײַנט אין בעלארוס), צו זײַן פאָטער הרב משה, אין צו זײַן מוטער מרת ליבא.
רבנות
ער איז געװען אײנער פון די ערשטע גדולים אין דער געשיכטע פון דער חסידישער באַװעגונג. אַ חשובער תּלמיד פונעם מעזריטשער מגיד, האָט ער געשפּילט אַ בכבודיקע ראָלע אין פאַרשפּרײטן חסידות אין רײַסן (װײַסרוסלאַנד) און ליטע. נאָך דער פּטירה פונעם מעזריטשער מגיד איז ער געװאָרן דער מנהיג פון חסידים אין יענע מקומות. זײַן ייִנגערער מיטצײַטלער און דער קומענדיקער גרינדער פונעם חב"ד-חסידות, רבי שניאור זלמן ליאַדער, האָט אים דאַן געהאַלטן פאַר זײַן רבי'ן.
עליה
אין חודש אדר ה'תקל"ז האט רבי מענדעלע באשלאסן ארויף צוגיין קיין ארץ ישראל, און זיך געלאזט אין וועג אריין אין אײנעם מיט רבי אברהם פון קאליסק און רבי ישראל פאָלאָצקער און נאך דרײַ הונדערט חסידים, און אין חודש אלול זענען זיי אנגעקומען קײן ארץ ישראל. אין אנפאנג, האָט ער זיך באַזעצט אין פקיעין, דערנאך אין צפת. אין יאר ה'תקנ"ג, נאך רדיפות פון די טערקן, איז ער אַריבערגעפאָרן קײן טבריה.
הסתלקות
אין חודש אב תקמ"ז איז רבי מענדעלע קראנק געווארן. רבי מענדעלע איז נפטר געווארן אין טבריה א' אייר ה'תקמ"ח, און ער ליגט אין דעם אלטן בית החיים פון טבריה, אין דעם חלקת תלמידי בעש"ט.
זײַנע ספרים
- פּרי הארץ
- פּרי העץ
- ליקוטי אמרים
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!