אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ליבעלעס"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 32: | שורה 32: | ||
[[קאַטעגאָריע:אינסעקטן]] | [[קאַטעגאָריע:אינסעקטן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ליבעלעס]] | [[קאַטעגאָריע:ליבעלעס]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 18:34, 27 נאוועמבער 2022
ליבעלעס | ||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אַ ליבעלע ,Coenagrion puella
| ||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||
| ||||||||||
Suborders | ||||||||||
ליבעלעס (לאטיין: Odonata) איז אַ סדר פון אינסעקטן, וואס מען טרעפט ביי יעדן קערפער פון פרישוואסער.
די גרעסטע לעבעדיקע ליבעלעס זענען Megaloprepus caerulatus פון צענטראל אמעריקע, און Anax strenuus פון האַװאַייִ. די גיגאַנטישע "ליבעלעס" (Protodonata) פון פּאַלעאָזױ געהערן נישט צום סדר Odonata גופא, נאָר צו אַן אײגנעם סדר, װאָס איז אָבער קרובֿיש צו עכטע ליבעלעס.
לעבנס־ציקל
ליבעלעס האָבן נישט קײן פולע אַנטװיקלונג, דאָס הײסט, אַז קײן פּופּע האָבן זײ נישט.
אַ נקבֿה פּאָרט זיך פליענדיק מיט זכרים און די צונױפפּאָרונג באַגלײט זיך מיט אַ קאָמפּליצירטער פירונג. די געניטאַלן בײַ זכרים זענען זײער ספּעציאַלירזירט און יעדער זכר בערשט אָפּ זײַן פאָרױסגײערס ספּערמע פון נקבֿישע געניטאַלישע טראַקטן. נקבֿות לעגן אױס די אײער אין װאַסער, אױף װאַסער פלאַנצן אָדער זעלטן אין נאַסעם גרונט. עס קומען פון אײער נימפעס, װאָס לעבן אין װאַסער און זען אױס ענלעך צו דערװאַקסענע ליבעלעס, אָבער אָן פליגלען און מיט באַזונדערע אָטעם־אָרגאַנען. די נימפעס פרעסן אַנדערע װאַסער אינסעקטן מיט אַ קאָמפּליצירטן כאַפּ־אַפּאַראַט. זײ װאַקסן דורך ליניען און צו שליסן די אַנטװיקלונג זאָלן זײ אַרױסקלײַבן פון װאַסער: דאָס אימאַגאָ קומט פון זײ אױף דער יבשה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!