אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יעקב ליצמאן"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
ק (קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 108: | שורה 108: | ||
[[קאַטעגאָריע:גערער חסידים]] | [[קאַטעגאָריע:גערער חסידים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | [[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 17:57, 27 נאוועמבער 2022
פארטיי | אגודת ישראל | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פראקציע | יהדות התורה | ||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
|
יעקב ליצמאן (געב. כ"ח אב, ה'תש"ח) איז א גערער חסיד, געהאדעוועט אין ברוקלין, ניו יארק. ער איז דער פארזיצער און א מיטגליד פון דער אגודת ישראל פארטי אין דעם כנסת (דער פארלאמענט פון מדינת ישראל), וואו ער האט געדינט ווי מיניסטער פון געבוי און באוואוינונג. פריער האט ער געדינט ווי מינסטער פון געזונטהייט אין דער ישראל רעגירונג. ער איז א געוועזענער פירער פון דער יהדות התורה פראקציע אין דעם כנסת.
לעבענסגעשיכטע
יעקב ליצמאן איז געבוירן אין יאר תש"ח אין א פארוואגלטער לאגער (די.פי. לאגער) אין דייטשלאנד. זיינע עלטערן זענען געווען פוילישע יידן וואס זענען ניצול געווארן פון חורבן אייראפע. אין יאר תש"י האט די משפחה זיך געצויגן קיין בארא פארק אין ברוקלין, וווּ ער האט געוווינט פופצן יאר. צו זיבעצן יאר איז ער געפארן אין ישיבה אין ארץ ישראל.
זיין ערשטע אמט איז געווען אלס מנהל פון דער חסידישער בית יעקב שולע אין ירושלים. שפעטער איז ער געווארן טעטיג אין פאליטיק אונטער דער אויפזיכט פון גערער רבי'ן, הרה"צ שמחה בונם אלטער.
ער וווינט אין ירושלים און ער האט פינף קינדער.
טעטיקייטן
אין פארלויף פון די יארן איז ער נעווארן דעם רבי'נס רעכטע האנט, ער האלט נאך די ראלע ביים היינטיקן רבי'ן הרה"צ יעקב אריה אלטער. אין יאר ה'תשנ"ט (1999) האט ער פארלאזט זיין אמעריקאנער בירגערשאפט לויטן פארלאנג פון רבי'ן בכדי אז ער זאל זיך קאנדידירן אויף דער רשימה פון אגודת ישראל ביי די כנסת וואלן וואס זענען פארגעקומען יענע יאר. זייט דעמאלסט פירט ער די אגודת ישראל כנסת פראקציע, אפשמוסן אלץ מיטן רבי'ן טאג טעגלעך.
פון תשנ"ט ביז תשס"א איז ער געווען א מיטגליד פון דער כנסת אינערוועניגע ענינים קאמיטעט[1] און אויך וויצע-פארזיצער פון דער כנסת ארבעט און סאציאלער פארזארג קאמיטעט.[2] אין יאר תשס"ב האט אגודת ישראל געהאט א קאליציע אפמאך מיט דער רעגירונג פון אריאל שרון און מ'האט באשטימט ליצמאן אלס פארזיצער פון דער חשובער פינאנץ קאמיטעט. דעם אמט האט ער געהאלטן ביז מען האט אים אפגעזאגט אין תשס"ז.
ליצמאן האט געארבעט שווער צו גרינדן די חרדישע מאיאנטקעס אין אשדוד, תל אביב, ערד און בית שמש.
געזונט מיניסטער
ביי די וואלן צום 18טן כנסת איז ליצמאן געווען דער ערשטער אין דער יהדות התורה רשימה, אבער נאך די וואלן האט ער נישט באקומען די פארזיצערשאפט פון דעם פינאנץ קאמיטעט ווי פריער, צוליב התנגדות פון די מיטגלידער אין זיין פראקציע.[3]. אנשטאט דעם האט מען אים באשטימט וויצע מיניסטער פאר געזונט.[4] אין דער זעלבער צייט האט ער אויפגעהערט זיין פארזיצער פון דער יהדות התורה פראקציע, און אין זיין ארט האט מען באשטימט פארזיצער כנסת דעפוטאט מנחם לייזער מאזעס
אום 26טן נאוועמבער 2017 האט ליצמאן איינגערייכט ביים פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו זיין רעזיגנירונג בריוו, נאכדעם וואס ער האט שוין עטליכע מאל באדראט צו פארלאזן זיין אמט אין פאל אז די אינשטאנדהאלטונג-ארבעטן אין דער באן וועלן ווערן אין שבת קודש דורכגעפירט. צו דער פרעסע האט ער ערקלערט די אורזאך וואס האט אים געפירט צו זיין רעזיגנירונג. ער האט געטענ'ט אז אלס א פארטרעטער פונעם חרדישן אידנטום קען ער נישט זיין א חלק פון א רעגירונג וואס לאזט צו א חילול שבת.
רעפערענצן
- ↑ נייעס 2001
- ↑ נייעס 2000
- ↑ פנחס וואלף, הנקמה של פרוש: ליצמן לא יו"ר ועדת הכספים, וואלה! NEWS, 1טן אפריל 2009
- ↑ שמואל קופער, ליצמן לביבי: אהיה סגן שר הבריאות, צופר, 6טן אפריל 2009
מוסטער:פינאנץ קאמיטעט פארזיצער (ישראל)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!