אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טעראריזם"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 116: | שורה 116: | ||
[[קאַטעגאָריע:על אקצא אינטיפאדע]] | [[קאַטעגאָריע:על אקצא אינטיפאדע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:טעראר]] | [[קאַטעגאָריע:טעראר]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 17:01, 27 נאוועמבער 2022
טעראריזם איז א מיטל אויף צו געוואונען פאליטישע שטרעבונגען דורך אנזייען שרעק און פאניק.
עס זענען דא פארשידענע מיינונגען וואס גענוי באדייט א טעראריסט, ווי דער אלטער אויסדריק, "איין מאן'ס טעראריסט איז א אן אנדער מאנ'ס פרייהייט קעמפער". דאך ווערט אנגענומען אין אלגעמיין אז טעראריזם איז דאס באנוץ פון געוואלדטאטן נישט אין א דירעקטע קריגס צושטאנד אנטקעגן ציווילע מענטשן פאר פאליטישע צוועקן. טעראריסטן וועלן אפט ניצן לעגאלע און אומלעגאלע מיטלען קעגן זיין קעגנער, פון אונטערשטעלן באמבעס דעם שונא, ביז זיך אליין אויפרייסן אין א זעלבסטמארד אקציע.
אין 2006 האבן טעראריסטן געהרגעט 20,498 מענטשן. די גרעסטע פעולה פון טעראריזם איז געשען דעם 11טן סעפטעמבער 2001 ווען טעראריסטן האבן געהרגעט 3,000 מענטשן אין ניו יארק.
עטימאלאגיע
דאס ווארט "טעראריזם" נעמט זיך פון פראנצויזיש terrorisme, וואס האט אריגינעל באדייטעט די טעראר־הערשאפט אין 1793-1794 פון דער רעגירונג אין פראנקרייך. דאס ווארט terrorisme שטאמט פון לאטייניש terreo, דערשרעקן.
היסטאריע
טעאראריזם איז נישט קיין נייער מיטל פון קריג. רוב היסטאריקער ווייזן אן אויף די כת סיקריקין, באקאנט אין דער תלמוד אלץ "בריונים", אלץ איינע פון די פריסטע ביישפילן פון טעראריזם. ווי יוסיפון געבט אן אין זיינע ביכער פון דעם תקופה, זענען די סיקריקין געווען פאנאטישע רעליגיעזע אידן וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן אין מארק מיט באהאלטענע מעסערס (סיקַר) אויף זייער קערפער אויף צו טעראריזירן די נישט-גלויביגע און די וואס האבן געשטיצט די רוימישע געצנדינערישע הערשער.
אויך האבן זיי גע'הרג'עט יונתן כהן גדול, וועלכע זיי האבן באשולדיגט אין האבן נאנטע באציאונגען מיט די רומיים (ווארשיינליך פון די צדוקים), און אויך אונטירגעצינדען די מאגאזינען פון שפייז בכדי צו ווארפן א שרעק און צווינגען דעם המון עם צו קעמפפן אנטקעגן די רומיים.
ווי דער תלמוד דערציילט, האט אפילו דער תנא רבי יוחנן בן זכאי זיך פון זיי געשראקן, און האט זיך געדארפט מאכן ווי א טויטער בכדי זיך ארויס צו שמוגלען צו רעדן מיט די רומיים.
פאר נאך א ביישפיל פון אמאליגע טעראריזם ווייזן היסטאריקער אויף די השישין גרופע, א כת פון פאנאטישע רעליגיעזע מוסלמענער וועלכע האבן פיל גע'הרג'עט און טעראריזירט פאר פאליטישע צוועקן. פון זיי קומט דער ווארט "אסאסין", וואס מיינט צו אסאסינירן, אדער מארדערן, א פאליטישע פיגור.
אין מאדערנע צייטן
די ערשטע ביישפילן פון טעראריזם אין דעם צוואנציגסטען יאר-הונדערט זענען געווען די יונגע באסניער, פון וועלכן א מיטגליד זייערס האט געהארגעט דעם סערבישן ארכיהערצאג פראנץ פערדינאנד, אן אקט וואס האט זיך דירעקט פארקייקלט אינעם אויסבראך פון דעם ערשטן וועלט קריג.
די ערשטע בולט'דיגע אקטן פון טעראריזם נאך דער צווייטער וועלט קריג זענען געמאכט געווארן דורך די עקסטרעמע ציונ'יסטישע גרופעס אירגון און לחי. אין די יארן צווישן 1945 און 1957 האבן זיי דורכגעפירט עטליכע געוואלדטאטן אויף די ענגלישע בכדי צו באצוואונגען אויף זיי זיך ארויסצוציען פון פאלעסטינע. דער מערסט באקאנטער אקט איז געווען דאס אויפרייסן א באמבע אינ'ם מלון דוד המלך אין ירושלים, וועלכע האט אנטהאלטן א באזע פאר די בריטישע סעקרעטאריעט און דער מילטערישער קאמאנדיר. 91 מענטשן זענען אומגעקומען, דאס רוב פון זיי איינגעשטעלטע אין דעם האטעל און אין דער סעקריטאריעט. 17 פון די אומגעקומענע זענען געווען אידן. דאס רעשט זענען געווען בריטישע און אראבער.
עראפלאן צוכאפעניש
די צוכאפענישן פון פליגערס האבן געעפנט א נייעם קאפיטל אין היסטאריע פון טעראריזם.
די ערשטע צוכאפעניש, לויט פיל היסטאריקער, איז געווען ווען ישראל'ישע קריגס עראפלאנען האבן געצווינגען א סירישע ציווילע עראפלאן צו לאַנדן אין לוד לופטפעלד, בכדי צו נעמען די פאסאזשירן אלס "ערבניקעס". דער פלאן האט געזאלט זיין זיי צו פארטוישן מיט ישראל'ישע קריגס געפאנגענע אין סיריע. [1] די "ערבניקעס" זענען געווארן באפרייט צוויי טעג שפעטער, נאך שווערע אינטערנאציאנאלע פארדאמונגען.
פאלעסטינער צוכאפעניש
די היידזעקינג פון פליגער אין איר היינטיגע פארמען איז געקומען צום אינטערנאציאנאלע באמערקונג אין די 1960ער יארן דורך פאלעסטינער מיליטאנטן.
דער ערשטער פון די איז געווען דאס פארכאפונג פון אן אל על עראפלאן אויפ'ן וועג קיין רוים דורך מיטגלידער אין דער פי.עף.על.פי. (פאפולערער פראנט פאר פרייהייט פון פאלעסטינע). דער פליגער איז פארקירעוועט געווארן קיין אלדזיערס, און נאך פערציג טעג פארהאנדלונגען זענען די פאסאזשירן און די היידזעקערס ארויס פריי. דאס איז געווען דאס איינציגע געלונגענע פרואוו צו היידזעקן אן אל על פליגער.
אום 6טן סעפטעמבער, 1970-תש"ל, אין דער טאג וואס איז פיל יארן באקאנט געווען אלץ "דער שווארצטער טאג אין אוויאציע", האבן מיטגלידער אין דער פי.עף.על.פי. געפרואווט היידזעקן פיר עראפלאנען אינאיינעם. אלע זענען געווען אויפ'ן וועג קיין ניו יארק. נאר דריי איז זיי געלונגען צו כאפן: א טי.דאבליו.עי. פליגער פון פראנקפורט, א סוויס עיר פליגער פון ציריך, און א פען עם פליגער פון אמסטערדאם. א פערטער, אן אל על פליגער פון אמסטערדאם איז דורכגעפאלן ווען באוואפנטע וועכטער אויפ'ן פליגער האבן געהרג'עט איינס פון די היידזעקערס און איבערגעשטארקט איבער דעם צווייטן.
צוויי פון די פליגערס האבן געלאנדעט אין א ליידיגן לופט פעלד אין א מדבר אין ירדן. די אידישע און ישראל'ישע פאסאזשירן זענען געהאלטן געווארן אין דעם פליגער, און דאס רעשט זענען געווארן צוטיילט איבער עטליכע פלעצער אין ירדן. פילנדיג אז דאס איז א דירעקטע סכנה אויף זיין הערשאפט האט כוסיין קעניג פון יארדאניע אנגעהויבן אן אויספירליכן קאמפיין אנטקעגן פאלעסטינער מיליטאנטישע גרופעס אין ירדן, וועלכע האט כמעט געפירט צו א ברייטערן קריג אין דעם ראיאן מיט ירדן, מדינת ישראל, סיריע, און איראק.
צום סוף אבער זענען די פארלאנגען פון די היידזעקערס געווארן ערפילט: די ישראל'ישע רעגירונג האט ארויסגעלאזט די פי.עף.על.פי. ארעסטאנטן, און די האסטעדזעס זענען ארויס פריי אויף סעפטעמבער 28.
ענטעבע עראפלאן צוכאפעניש
אום 27סטן יוני 1976-תשל"ו איז פארכאפט געווארן אן ער פראנס פליגער אויפ'ן וועג פון אטען, גריכנלאנד קיין פאריז דורך פיר היידזעקערס, צווי פאלעסטינער פון פי.עף.על.פי. און צוויי דייטשע.
דער עראפלאן איז פארפירט געווארן קיין אוגאנדא, וועלכער איז געווען אונטער'ן הערשאפט פון אידי אמין, א מערדערליכע און וואנזיניגע דיקטאטור, וועלכע איז געווען סימפאטיש צו די היידזעקערס.
אויף דער נאכט פון יוני 3-4 האט אן עליטע אפטייל פונ'ם ישראל'ישן סיירת מטכ"ל זיך ארויסגעלאזט אויף א גאר דרייסטע רעטונגס מיסיע צום לופט פעלד אין אוגאנדא, ווי די משכונות זענען געהאלטן געווארן. דריי פון די 103 משכונות, און יונתן נתניהו, דער מיסיע'ס קאמאנדיר, זענען אומגעקומען, אבער די איבעריגע האסטעדזעס אין דעם לופט פעלד זענען געראטעוועט געווארן, און דער מיסיע איז פארופן געווארן א געלונגענע, און דער ענטעבע אפעראציע, האט באקומען א שם אויף דער וועלט, אין ישראל איז די אקציע פאררופן געווארן, אויפן נאמען פון יונתן נתניהו.
1972 אלימפיאדע אין מינכן
ביי דער אלימפיאדע אין מינכן, דייטשלאנד, אין 1972 האבן א גרופע פאלעסטינער מיליטאנטן, פון די שווארצע סעפטעמבער טעראר גרופע. זיך אריינגעכאפט אין דער אלימפיק ווילעדש ווי די שפילער האבן זיך אויפגעהאלטן און גענומען 11 ישראל'ישע שפילער ערבניקעס. די פרשה האט זיך אויסגעלאזט מיטן אומקום פון אלע 11 געפאנגענע, נאכדעם וואס א רעטונגס פרואוו פון די דייטשע פאליציי איז מיאוס דורך געפאלן.
זעלבסטמארד טעראריזם
זעלבסמארד טעראריזם איז צום ערשטן מאל דורכגעפירט געווארן מיט ערפאלג אויף א גרויסן פארנעם דורך חיזבאלא מיטגלידער אין די באמבאדירונגען פון דער אמעריקאנער עמבאסי און די באראקן פון די אמעריקאנער מארינעס און פראנצויזישע מיליטער לייט אין ביירוט אין 1983.
זינט 1993 האבן אראבישע גרופעס ווי חאמאס, איסלאמישע דזיהאד, און דער אל אקצה מארטירערס בריגאדע זיך באנוצט מיט א ריזיגע צאל זעלבסטמארד אטאקעס אנטקעגן ציווילע מענטשן אין מדינת ישראל, אויפרייסנדיג באסעס, פיצא געשעפטן, נאכט-קלאבס, שאפינג-ערטער, און נאך.
טעראריזם אין אמעריקע
אקלאהאמע סיטי
אום דעם 19טן אפריל, 1995, האט טימאטהי מעקוועי, מיט הילף פון טערי ניקאלס, אויפגעריסן א באמבע ביים אלפרעד פי. מוראַ פעדעראלן ביורא קאמפלעקס אין אקלעהאמע סיטי, חרוב מאכנדיג דעם בנין און אומברענגנדיג 168 פערזאן. דאס איז אין זיין צייט געווען דער שעדליכסטער טעראר אקט אין אמעריקע. טימאטהי מעקוועי איז פעראורטיילט געווארן אויף טויט, פאר דעם אקט, און טערי ניקאלס האט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע.
באמבע ביי דער אטלאנטא זומער אלימפיאדע
דעם 27סטן יולי 1996, בשעת דער זומער אלימפיאדע אין אטלאנטא, דזשארדזיע, האט עריק ראבערט רודאלף געשטעלט א באמבע אונטער א באנק, וועלכע האט זיך שפעטער אויפגעריסן און אומגעברענגט צוויי מענטשן און פארוואונדעט 111. רודאלף האט ביי זיין געריכט ערקלערט אז ער איז געווען בייז אויף דער רעגירונג פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און געוואלט אז די אלימפיאדע זאל זיך אויפהערן. ער איז פאראורטיילט געווארן אויף א לעבנסלענגליכער טורמע.
אל קאידא און אסאמא בין לאדין
פון די גרעסטע טעראריסטן אין די וועלט היסטאריע איז דער סאודי'שער אראבער אסאמא בין לאדין מיט זיין אל קאידא ארגאניזאציע. די טעראריסט אקטן וואס זענען דורך אים געשטעלט געווארן זענען געווען פון די שוידערליכסטע און העכסט קאמפליצירט פלאנירט.
אמעריקאנער אמבאסאדעס
דעם 17טן אויגוסט 1998 זענען דורכגעפירט געווארן צוויי קאר באמבאדירונגען אינאיינעם ביי די אמעריקאנער אמבאסאדע בנינים אין דאר עס סאלאאם, טאנזאניע, און אין נייראבי, קעניע. איבער 220 פערזאנען זענען אומגעקומען און איבער 4,000 זענען געווארן פארוואונדעט. די אטאקע האט געברענגט אינטערנאציאנאלע באמערקונג צו אסאמא בין לאדין מיט זיין אל קאידא ארגאניזאציע, לייגנדיג אים אויפ'ן ליסטע פון די צען מערסט געזוכטע פון אמעריקאנער עף בי איי.
יו.עס.עס. קאול קריגס שיף
דעם 12טן אקטאבער 2000 האט א קליין פישכאפער שיפל זיך דערנענטערט צו דער אמעריקאנער קריגס שיף יו.עס.עס. קאול בשעת זי איז געשטאנען אין דעם פּאָרט פון אדען, תימן, פאר א געווענליכע גאזאלין אנפיל און אויפגעריסן א באמבע ביי דער זייט, ברענגנדיג זעלבסטמארד אויף די צוויי אראבישע טעראריסטן. די באמבע האט אויפגעריסן א ריזן לאך 40 ביי 40 פיס, אנמאכנדיג כאאס אינעווייניג מיט די וואסער פארפלייצונג און די געטראפענע. 17 שיפספערזאן זענען אומגעקומען.
דעם 11טען סעפטעמבער
די גרעסטע און שוידערליכסטע טעראר אטאקע אויף אמעריקע איז געווען דעם 11טן סעפטעמבער, 2001. פיר ציווילע פליגער זענען געווארן פארכאפט אין די לופטן. צוויי פליגער, יונייטעד עירליינס רייזע 175 און אמעריקען ערליניעס רייזע 11, זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי בנינים פון דעם וועלט האנדל צענטער אין דאונטאון מאנהעטן. ביידע בנינים זענען גענצליך איינגעפאלן ווייניגער ווי צווי שעה דערנאך. דער דריטער, אמעריקען ערליניעס רייזע 77, איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטאגאן בנין אין וואשינגטאן. דער פערטער, יונייטעד עירליינס רייזע 93, איז אראפגעברענגט געווארן, ווארשיינליך דורך די באמיאונגען פון די פאסאזשירן, אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוועניע.
דער טאטאלער צאל קאנפירמירטע אומגעקומענע (אויסער די 19 היידזעקערס) איז 2,973: אלע 246 פאסאזשירן פון די פיר עראפלאנען, 2602 אין מאנהעטן, און 125 ביים פענטאגאן. צווישן די אומגעקומענע אין ניו יארק זענען געווען 343 ניו יארקער פייער לעשער און פאליציי לייט, און 37 פון די פארט אוטאריטעט פאליציי. 24 פערזאן ווערן פארעכנדיג אלץ פעלנדיג.
די אטאקעס אויף סעפטעמבער 11 האבן דירעקט געפירט דערנאך צו דער קריג אויף די טאליבאן אין אפגאניסטאן. אויך איז דאס געווען א צוגעגעבענער סיבה פאר דער שפעטערדיגער קריג
אייסיס
אייסיס איז א גרופע פון איסלאמישע טעראריסטן אנגעפירט דורך אבו באקאר אל באגדאדי זייער ציל איז צו פארשפרייטן די אראבישע גלויבן און די שאריא געזעצן אויף די גאנצע וועלט זיי האבן עמטליך געגרינדעט א קאליפאט און האבן שוין איינגענומען ריזיגע חלקים פון איראק און סיריע זיי באניצן זיך מיט די גרעסטע מאס רציחה וואס די מענטשהייט האט נאר געזען אמאל זיי האבן שוין אויסגעהארגעט טויזענטער מענער פרויען און קינדער ענדליך האט זיך די וועלט אויפגעוועקט און דערקלערט מלחמה, ווי אנעליסטן זאגן קען די מלחמה דויערן לאנגע יארן
באסטאנער מאראטאן אטאקע
די באסטאנער מאראטאן אטאקע איז געווען א טעראריסט אטאקע וואס איז פארגעקומען דעם 15טן אפריל 2013 בעת טויזנטער מענטשן האבן געלאָפן אין דעם יערליכן מאראטאן אין באסטאן, מאסאטשוסעטס. 2 באמבעס האבן עקספלאדירט, 13 סעקונדעס באזונדער. די אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דורך צוויי ברידער.
טעראר אטאקע אין מומביי
אום דעם 26טן נאוועמבער 2008 האט אנגעהויבן אין דער שטאט מומביי א קאארדינירטע טעראר אטאקע פון א גרויסער גרופע פון פאקיסטאנער טעראריסטן וואס האט אינפילטרירט פונעם ים און האט אויסגעהרגעט און פארוואונדעט הונדטערטע בירגער, סיי אינדיאנער סיי מערבדיקער. טעראריסטן באוואפן מיט ביקסן האבן געהערשט אויף עטלעכע ערטער, געהרגעט בירגער און גענומען ערבניקעס. די אטאקע איז געווען גלײַכצײַטיק אין פארשידענע ערטער, פון זיי: טשהאראפאטי שיוואזשי סטאנציע, טאזש מאהאל האטעל, אבערוי טריידענט האטעל און דעם מומביי חב"ד הויז . אין די אטאקעס האבן זיי געהרגעאט מער ווי 195 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 300.
זעט אויך
וועבלינקען
- סיקריקון - אידישע ענציקלאפעדיע
- קורצע היסטאריע פון טעראריזם
- מדינת ישראל דער ערשטער אראפ צו צווינגען ציווילע פליגער
- ערשט-האנטיגע באריכט פון באססאם אבו שאריף, פון די אנפירער פון די היידזעקינגס אין סעפטעמבער 1970 - מיט בילדער
- כראנאלאגיע פון די טעראר געשעענישן אויף דעם 11טן סעפטעמבער
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!