אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויטא געיעג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 59: שורה 59:


[[קאַטעגאָריע:פאליציי]]
[[קאַטעגאָריע:פאליציי]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 12:40, 25 נאוועמבער 2022

אויטא יאג

אן אויטא יאג (ענגליש: car chase) איז ווען די פאליציי יאגט נאך א פארברעכער וועלכער אנטלויפט מיט אן אויטא. די פאליציי נוצט פארשידענע טאקטיקן צו צווינגן דעם אנטלויפנדן אויטא צו קומען צו אן אפשטעל.

אן אויטא יאג איז נישט קיין שפיל. די פאליציי האבן שוין מערערע מאל אומגעברענגט אומשולדיגע און זענען אליין אויך געשעדיגט געווארן אין די מסוכנ'דיגע יאגן. די פאטאליטעטן האבן געפירט דערצו אז די פאליציי אפיצירן דארפן דורכגיין ספעציעלע טרענירונגן וויאזוי צו באהאנדלן אזא סיטואציע און ווען עס לוינט זיך צו גיין אויף א יאג און ווען נישט.

טרענירונג

גענוי ווי א ביקס וואס קען זיין זייער מסוכן אויב מען נוצט דאס נישט לויט די אנווייזונגן, אזוי אויך איז א יאגנדיגע אויטא וועלכע שמייסט אויף לאקאלע גאסן און שאסייען צווישן אנדערע אויטאס וועלכע גייען זיך זייערע וועגן. אמאל האבן פאליציי אפיצירן נישט באקומען קיין טרענירונג וויאזוי צו נוצן זייערע אויטאס אין פאל זיי יאגן איינעם נאך און עס האבן פאסירט אסאך שווערע עקסידענטן אין וועלכע די קרימינאלן, פארבייגייער, און אפטמאל די פאליציי אפיצירן זעלבסט זענען געשעדיגט געווארן.

אסאך האבן קריטיקירט דעם פאליסי און געטענה'ט אז עס לוינט זיך נישט נאצויאגן קרימינאלן ווען מען שטעלט איין די לעבנס פון פאליציי אפיצירן און זיכער נישט ווען פארבייגיער קענען געשעדיגט ווערן. דאס האט געפירט די פאליציי דעפארטמענטס ארום דאס לאנד צו געבן זייערע אפיצירן ספעציעלע טרענירונג וויאזוי צו באהאנדלן זייערע אויטאס אין אזעלכע פעלער.

די ערשטע זאך וואס זיי דארפן גוט קענען זענען די עקוויפמענט וואס מאדענע פאליציי אויטאס פארמאגן. אזעלכע זאכן ווי בליציגע לעקטערס, סיירינס, און ראידא טראנסמישן קען אוועקנעמען די קאנצעטראציע פון ראוד און א ציט ווען דער אויטא פארט זייער שנעל. די אלע זאכן דארף זיין ווי נאטורליך צו די אפיצירן אז עס זאל זיי נישט עפעקטירן ביים דרייוון.

פאליציי אגענטורן פארמאגן ספעציעלע שטחים וואו זיי שטעלן אויס פארשידענע ראוד און הייעוועי סיטואציעס און דערויף טרענירן זיי די אפיצירן צו דרייוון מיט א שנעלקייט פון 120 מ.פ.ש. און מאכן שארפע מאנעווערעס אן פארלירן קאנטראל.

טייל פאליציי דעפארטמענטס פארמאגן ספעציעלע דרייווינג סטימולעיטארס (ווידעא שפילן) וועלכע טרענירט זיי צו אלע אומשטענדן וואס מעגליך. די אפיצירן קענען דערנאך איבערקוקן זייער דרייוון פון די הייך ווי עס וואלט ווען גענומען געווארן פון א העליקאפטער.


געצייג

דער הויפט עקוויפמענט וואס פעלט אויס צו קענען נאכיאגן קרימינאלן איז דער פאליס קאר. רוב היינטיגע פאליציי אויטאס זענען ספעציעל געבויט פאר דעם באנוץ און על פי רוב באשטייען זיי פון פארד אדער דזשי-עם מאדעלן. די מערסט פארשפרייט זענען די פארד קראון וויקטאריע, שעווראלעט אימפאלא, שעווראלעט טאהאו, דאדזש אינטרעפידס, און אמאל א דזשיפ טשעראוקי פון קרייסלער.

(אגב, די ערשטע ברייט באנוצטע פאליציי אויטא מאדעל איז געווען די שעווראלעט קאפריס און דערנאך איז צוגעקומען די קראון וויקטאריע וועלכע איז פארשפרייט געווארן איבער'ן גאנצן לאנד. די קראון וויקטאריעס האבן אבער געהאט א פראבלעם אז ווען מען האט אריינגעקראכט פון אונטן האט א פייער עקספלאדירט. דאס האט געברענגט צו די טויט פון עטליכע אפיצירן און פארד האט דאן אריינגעשטעלט א ספעציעלע סיסטעם וועלכע נוצט כעמיקאלן צו פארהאלטן א פייער איינמאל דער אויטא פארט שנעלער ווי א געוויסע ספיד. אבער די פאליציי דעפארטמענטס האבן נישט אויסגעווארט אויף פארד'ס פאררעכטונג און האבן איבערגעלאזט פארד און אריבער צו דזשי-עם'ס אויטאס).

די פאליציי אויטאס זענען אנדערש מיט עטליכע זאכן ווי די ציווילע פון דעם זעלבן סארט. א פאליס קאר ווערט גענוצט זייער אסאך און שטייט אסאך אויף איין פלאץ. די ענדזשינס זענען געטוישט פאר א שטערקערע וועלכע קען פארן שנעלער און פארנעמען די פלוצלינגע טוישן פון ספיד. צודעם פארלאנגט זיך אויך בעסערע טראנסמישן קילערס און שווערע ראידאטארס אויף אויסצושפייען די היץ. אויך די אלטענעיטאר ווערט געטוישט וויבאלד די פאליציי אויטאס האבן לעקטערס, סיירינס, און ראידא עקוויפמענט וועלכע פארלאנגן ביז 130 עמפס.

אויסער די אויטאס פארמאגן אלע פאליציי דעפארטמענטס ספעציעלע עקוויפמענט וואס ווערט גענוצט צו מאכן ראוד בלאקירונגן און אזוי כאפן דעם אנטלויפנדיגן קרימינאל. זיי פארמאגן ספעציעלע אייזענס וועלכע קענען צושטעכן רעדער איינמאל מען פארט ארויף דערויף און געוויסע פאליציי דעפארטמענטס פרובירן יעצט אויס א נייע טעכנאלאגיע וואס וועט קענען שניידן די גאזאלין סופליי צו אן אויטא פון דערווייטענס דורך נוצן לעיזער.

גרויסע פאליציי דעפארטמענטס פארמאגן אויך העליקאפטערס וועלכע קומען זייער גוט צוניץ ביים נאכיאגן קרימינאלן. די העליקאפטערס האבן נישט קיין ראוד פראבלעמען און קענען שטענדיג האלטן אן אויג אויף דעם אנטלויפנדיגן אויטא פון דער הייך. זיי וועלן אריינרופן די סטאנציע צו געבן סטראטעגישע ראוד בלאק פונקטן.


דער יאג

דער אפיציר דארף מאכן א באשלוס אויב עס איז וויכטיג נאכצויאגן אן אנטלויפנדיגן אויטא אדער נישט. א יאג איז א מסוכנדיגע זאך און עס דארף בארעכטיגט ווערן. דער אפיציר וועט נארמאל פרובירן ליינען די לייסענס נומערן און אריינרופן אין זיין ראדיא צו די סטאנציע וואו מען וועט אים מעלדן אויב דער אויטא איז גע'גנב'ט אדער איז גענוצט געווארן אין א פארברעכן. דער אפיציר און זיין קעיפטען וועלן באשלוסן אויב עס איז וויכטיג צו מאכן א יאג. אין פעלער ווען א לייסענס איז ריין אדער אויב דער אפיציר וועט נישט קענען נאכיאגן צו ליינען די לייסענס נומערן וועט מען פיל מאל אויפגעבן דער יאג וויבאלד עס איז נישט אזוי וויכטיג אז מען זאל איינשטעלן די קאסקעווענצן וואס א יאג קען ברענגן.

די וועטער און אנדערע פאקטארן וועט אויך שפילן א ראלע אין דעם באשלוס. אויב די וועטער איז שיין און די ראודס זענען טרוקן וועט דער אפיציר מעגליך מאכן א יאג אפילו פאר א ספק אדער אומוויכטיגע פארברעכן. אויב עס רעגנט אדער שנייט וועט זיך אויספעלן א וויכטיגערע סיבה פארוואס עס זאל זיך לוינען צו מאכן א יאג.

אויף א פלאץ ווי עס איז פאראן טראפיק, אדער קאנסטראקשן, אדער דער אפיציר ווייסט אז אביסל ווייטער איז פאראן א סקול פאר קינדער וועט ער דעם פארשוין לאזן לויפן און נישט איינשטעלן זיין לעבן אדער די לעבן פון אומשולדיגע פארבייגייער. אין רוב פעלער וועט דער אפיציר רופן הילף און וועט בלייבן אין קאנטאקט מיט א העכערע אפיציר (סופערווייזער) וואס וועט געבן דעם באשלוס וואס ווייטער צו טאן. אויב דער סופערווייזער וועט באשליסן אז די סיטואציע איז צו מסוכן וועט ער מעגליך אפרופן דעם יאג.

אין א סיטואציע ווען מען קען נישט דעם פארברעכער אפשטעלן איז פאראן א טעכניק וואס ווערט גערופן די פארסוט אינטערווענשן טעכניק. דאס פארלאנגט אז דער אפיציר זאל דעגרייכן דעם אנטלויפנדיגן אויטא און זיך שטעלן ביי זיין זייט און אים געבן א שטופ זייטיג אויף די אונטערשטע טייל נעבן די רעדל. דאס וועט מאכן דעם אויטא זיך דרייען און ארויסגיין פון קאנטראל פון וועלכע דער פארברעכער וועט זיך נישט קענען אזוי שנעל ערהוילן און וועט מוזן אויפגעבן.

אבער דער טענכיק מעג נאר גענוצט ווערן נאכדעם וואס די פאליציי האט אפגעליידיגט דעם שאסיי אדער גאס וואו דער יאג פאסירט ווייל אנדערש וועלן אנדערע אויטאס עפעקטירט ווערן און פארבייגייער קענען געשעדיגט ווערן.

אויב דאס העלפט אויך נישט וועט דער אפיציר בלייבן מיט די ברירה פון נוצן זיין ביקס צו שיסן די רעדער און אפשטעלן דעם אויטא מיט געוואלד. דער מיטל ווערט זייער זעלטן גענוצט און עס מוז באשטעטיגט ווערן פון א הויכראנקיגער אפיציר און אזא באפעל וועט נאר קומען אין א פאל ווען עס האנדלט זיך פון גאר א גרויסער פארברעכער וועמען עס איז א גרעסערע סכנה צו לאזן גיין ווי אים נאכצויאגן.

אין די היינטיגע וועלט מיט קאמעראס און טעלעוועיזע ווערן פאליציי יאגן טיילמאל רעקארדירט און געוויזן פאר די פובליק. טעלעוויזיע העליקאפטערס פאלגן נאך די פאליציי פון אויבן און באטראכטן די גאנצע געשעעניש וועלכע ווערט טראנספארמירט לעבעדיג צו יעדן.

די שטאט לאס אנדזשעלעס איז באקאנט אלס די הויפטשטאט פון פאליציי אויטא געיגעגן. עס ווערן דארט באריכטעט בערך 700 אויטא געיגעגן פער יאר. רוב מידיא פירמעס פארמאגן ספעציעל טרענירטע העליקאפטער פילאטן וועלכע פאלגן נאך אויטא יאגן פון דער לופטן און דאס ווערט געוויזן לעבעדיג אויף טעלעוויזיע.


די געזעצן איבער פאליציי יאגן

געזעצליך איז נישט פאראן עפעס וואס שטייט אין וועג פאר פאליציי אפיצירן צו מאכן דעם יא באשלוס און אנהייבן א יאג. די פאליציי האט די לעגאלע רעכט אליינס צו מאכן דעם באשלוס און די איינציגסטע קאסקעווענצן וואס זיי קענען האבן איז די פובליק קריטיק אדער קריטיק פאר דעם אפיציר אינערהאלב די אגענטור.

לויט די נאציאנאלע הייעוועי טראפיק סעפיטי אדמיניסטראציע דאטא, איז דעם פארגאנגענעם יאר געווען 365 טויט פעלער איבער'ן לאנד וועלכע איז געווען דער רעזולטאט פון א פאליציי יאג. פון דעם נומער זענען 140 געווען פארבייגייער אינגאנצן אומשולדיג זייענדיג אויף די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע מינוט.

נאכמער, די פעדעראלע רעגירונג האט א געזעץ וועלכע באשיצט אירע לאו ענפארסמענט אגענטורן פון יעדע סארט שאדן וואס קומט ארויס ווען אפיצירן פירן אויס זייערע פליכטן. דאס מיינט אז לעגאל קען מען נישט קלאגן די רעגירונג אויב עפעס פאסירט מיט א הויז, אויטא, פעלד, אדער מענטשליכע שאדן. דער געזעץ איז אנדערש פון סטעיט צו סטעיט און אמאל קען יא געלונגן פאר א געליטענעם צו באקומען קאמפענסאציע. אבער די אפיצירן וואס האבן געטאן זייער ארבעט קענען קיינמאל נישט געקלאגט ווערן אזוי לאנג ווי זיי האבן געטאן זייער ארבעט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!