אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף אפרתי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
ק (החלפת טקסט – "קובץ:" ב־"טעקע:")
שורה 1: שורה 1:
{{רב
{{רב
| תמונה = קובץ:הגר"י אפרתי נואם בשבע ברכות לבת הגר"ש מרקוביץ.jpg
| תמונה = טעקע:הגר"י אפרתי נואם בשבע ברכות לבת הגר"ש מרקוביץ.jpg
}}[[בילד:מרן הרב אהרון יהודה לייב שטיינמן מנחם את מרן הרב אלישיב.JPG|ממוזער|250px|הרב אפרתי (שטייט, לינקס) ביי [[ניחום אבלים]] מיט [[הרב שטיינמן|הרב אהרן לייב שטיינמאן]] אין [[יוסף שלום אלישיב|הרב אלישיב'ס]] הויז נאך דער פטירה פון זיין טאכטער דינה עטיל בערלין]]

הרב '''יוסף יקותיאל אפרתי''' (געבוירן [[ה'תשי"ג]],  [[1953]]) פירט דעם [[בית מדרש גבוה להלכה בהתיישבות החקלאית]], איז א מיטגליד אין דער וועדת הרבנים פון [[דגל התורה]] און איז א מומחה אין [[כשרות]].ער איז געווען דער [[גבאי]] פון הרב [[יוסף שלום אלישיב]], וואס איז געווען גערעכנט אין ליטווישע קרייזן אלס פוסק הדור.<ref>[http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-1502088,00.html מנהיגותו החדשה של פוסק הדור]</ref>   

רעוויזיע פון 17:10, 23 נאוועמבער 2022

יוסף אפרתי
הרב אפרתי (שטייט, לינקס) ביי ניחום אבלים מיט הרב אהרן לייב שטיינמאן אין הרב אלישיב'ס הויז נאך דער פטירה פון זיין טאכטער דינה עטיל בערלין

הרב יוסף יקותיאל אפרתי (געבוירן ה'תשי"ג,  1953) פירט דעם בית מדרש גבוה להלכה בהתיישבות החקלאית, איז א מיטגליד אין דער וועדת הרבנים פון דגל התורה און איז א מומחה אין כשרות.ער איז געווען דער גבאי פון הרב יוסף שלום אלישיב, וואס איז געווען גערעכנט אין ליטווישע קרייזן אלס פוסק הדור.[1]

ביאגראפיע

אפרתי איז געבוירן געווארן אין ישראל, צו רב שמעון אפרתי, פירער פון דער כשרות אפטיילונג פון דער הויפט רבנות פון ישראל. ער האט געלערנט אין חורב (א "ישיבה תיכונית") אין ירושלים און דערנאך אין דער כרם ביבנה ישיבה. אין די 1970ער יארן האט ער חתונה געהאט מיט צביה, טאכטער פון פנחס שיינמאן.

ער איז אויפגעצויגן געווארן אין א שטוב פון דעם מזרחי קרייז. אבער זיי שטאמען פון חסידישע רביס פון פוילן.

אלס אינגערמאן האט ער אנגעהויבן זיין קאריערע אין כשרות ביים בעלזא בד"ץ און פון דארטן איז ער געווארן א חסיד און צוריק אנגעטאן די שטריימל און בעקישע און זיך געלאזט וואקסן א פולע בארד און פיאות, ווי זיינע זיידעס בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג.

זיין עקספערטיז אין כשרות האט ארויפגעארבעט די מהדרין רבנות השגחה אז עס זאל ווערן מער פארלעסלעך.

הלכה און כשרות

ער שטייט שוין יארן אין שפיץ פון מכון לחקר החקלאות בהתיישבות; וואס דאס איז א אפאראט פון 12 כוללים, וואס אנטהאלט איבער 200 אינגעלייט תלמידי חכמים וואס טוען דורך אלע מצוות התליות בארץ און די כשרות פון ארץ ישראל אגריקאלטור ווי די הלכות פון שביעית, ערלה, חלה און תרומות, און ועל כולם די פארצווייגטע אישוס פון שמיטה.

פארהעלטעניש מיט הרב אלישיב

ער איז דער שרייבער און עצה געבער הרב אלישיב[מקור פארלאנגט].

זיין נאנטשאפט צו רב אלישיב איז א וואונדער ביי פיל, ווייל הרב אלישיב, איז דער פארקערטער ווי זיין גבאי אפרתי וואס איז א היציגער. אבער דאס האט זיך אנגעהויבן אלס בחור ווען דער אינגער אפרתי פלעגט אין משך פון צוויי יאר יעדן איינציגן טאג משוגע מאכן דעם רב מיט טעגליכע 12 שאלות. קיינמאל האט דער רב נישט געפרעגט דעם בחור קיין שום זאך נישט ווי אזוי ער הייסט, נישט וואו ער לערנט, און נישט וואו ער וואוינט. בלויז געענטפערט קאלט און טרוקן די הלכה. ביז איינמאל ענדליך האט ער אים געפרעגט א שאלה וואס דער רב האט נישט געהאט קיין ענטפער. און אים געשיקט צו אן אנדערן האט ער אים געפרעגט ווער ער איז. האט זיך ארויסגעוויזן אז ער האט געקענט גוט זיין טאטע.[מקור פארלאנגט]

רעפערענצן