אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זעלדע"
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 8: | שורה 8: | ||
[[קאַטעגאָריע:ישראלישע דיכטער]] | [[קאַטעגאָריע:ישראלישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]] | [[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 16:21, 27 נאוועמבער 2022
שיינע זעלדע שניאורסאָן-מישקאָווסקי (כ"ו ניסן תרע"ד – כ"ח ניסן תשמ"ד), באַקאַנט מיטן נאָמען זעלדע, איז געווען אַ ישראלישע חרדישע דיכטערין.
לעבנס געשיכטע
פריסטע יאָרן
געבאָרן אין קאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָ אָדער דניעפּרפּעטראָווסק) אוקרײַנע, צו אַ חסידישער משפחה. איר מוטער רחל איז געווען אַ טאָכטער פון ר' דוד צבי חן (דער רד"ץ), אַ חשובער ליובאַוויטשער רב פון דער באַװאוסטער חן פאַמיליע. איר פאָטער ר' שלום שלמה, איז געווען אַ זון פון ר' ברוך שניאור שניאורסאָן, און אַ ברודער פון ר' לוי יצחק שניאורסאָן – דער פאָטער פון דעם ליובאַוויטשער רבין.
איר פאָטער ר' שלום שלמה און איר זיידע דער רד"ץ – וועלכע זײַנען ביידע אַוועק אין איר יוגנט – האָבן געהאַט אַ טיפן גײַסטיקן אײַנדרוק אויף איר. אַזוי ווי זי איז געווען אַ בת־יחידה, האָט זי געזאָגט דעם קדיש נאָך איר טאַטן. זעלדע האָט זיך אויפגעהאָדוועט אין אַ חב"דישער היים, און איז שטענדיק געשטאַנען אין קאָנטאַק מיט איר שוועסטערקינד – דער ליובאַוויטשער רבי.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!