אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תשעה באב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:44, 22 נאוועמבער 2022

בעמאלונג פון חורבן בית המקדש

תשעה באב איז א טאג ווען יידן פאסטן און קלאגן. דער טאג באצייכנט דעם חורבן פון די צוויי בתי מקדש און אויך אנדער צרות וואס האבן פאסירט דאס יידישע פאלק.

וואס איז געשעהן אין תשעה באב

די משנה רעכנט אויס פינף זאכן: א) גאט האט גוזר געווען אויף אידן נישט אריין גיין אין ארץ ישראל. ב) עס איז חרוב געווארן דאס ערשטע בית המקדש. ג) עס איז חרוב געווארן דאס צווייטע בית המקדש. ד) עס איז אייגענומען געווארן די שטאט ביתר. ה) עס איז אויפגעאקערט געווארן ירושלים דורך די שונאים.

אין מלכים א' (כ"ה) שטייט אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן ז' אב, און לויט ווי עס שטייט אין ירמיהו (נ"ב) איז דאס חרוב געווארן י' אב. אבער וויבאלד דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן ט' אב האט מען איינגעפירט צו באשטימען ט' אב אלס א געדענק-טאג פאר ביידע חורבנות.

אין ירושלמי שטייט אז ביידע בתי מדרשים זענען חרוב געווארן אין ט' באב, און דאס וואס דער פסוק זאגט ער איז חרוב געווארן ז' אב איז נישט מדויק, ווייל אין די טעג פון די גרויסע צרות זענען אידן געווען פארמישט, מען האט נישט פוקנטליך אפגשריבן וועלכע טאג עס איז פארברענט געווארן, שפעטער זאגט די ירושלמי האט מען עס שוין נישט געואלט פארעכנטן טאקע דערפאר, מען האט געוואלט ווייזן ווי צומישט און צוקלאפט אידן זענען דאן געווען.

אויך בזמן בית שני האבן די יידן געפאסט די פיר תעניתים אויפן חורבן בית ראשון.[1]

אין מדרש רבה שטייט אז אינעם טאג פון תשעה באב איז געבוירן געווארן משיח דער אויסלייזער פון אידן.

איינגעטליך זענען די גוים אריין אין בית המקדש תשעה באב, אבער אנגעצינדן האבן זיי עס הערש פארנאכט, נאנט צום צענטן טאג, און עס האט געברענט דעם צענטן טאג, ר' יוחנן האט געזאגט ווען איך בין ווען אין יענעם דור וואלט איך ווען געמאכט דעם טרויער טאג דעם צענטן טאג, אבער די חכמים האלטן "אתחלתא דפורעניות עדיפא" מען רעכנט ענדערש ווען עס האט זיך אנגעהויבן.


מנהגים

אידן פירן זיך תשעה באב זיך צו פארזאמלען אין די בתי מדרשים, מען נעמט אראפ די פרוכת פונעם ארון הקודש, א זכר פון אבילות, אנדערע זאגן דעם טעם איז ווייל טיטוס הרשע האט געשטאכן דעם פרוכת פנעם בית המקדש (מנהגי ישורון סי' קל"ח), מען זעצט זיך אויף דער ערד און מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש.

ביינאכט זאגט מען די פינעף פרקים פון מגילות איכה. אויך זאגט מען אנדערע קליינע קינות, מען מאכט פינטסער אין שוהל ווייל אזוי שטייט אין מדרש איכה אז השי"ת האט געזאגט פאר די מלאכים מיר זאלן מאכן די זעלבע וואס א מלך טוט ווען ער קלאגט ער לעשט די לעכט, און אויך מרמז זיין אז "כבה נר ישראל" עס איז געווארן פינסטער פאר אידן (אבודרהם).

אשכנזים זענען נוהג נישט צו לייגן טלית און תפלין תשעה באב אינדערפרי נאר צו מנחה.

צופרי איז דא א קינות לתשעה באב וואס אסאך געלערענטע אידישע פארפאסער האבן פארפאסט קינות און קלאג רייד אויפן חורבן, אויף דעם וואס צדיקים זענען גע'הרג'ט געווארן, אויף דעם וואס דאס חשיבות און טייערקייט פון אידן איז פארלוירן, און אויף דעם וואס ציון איז חרוב, די אידישע פיינט לאכן פון אונז, ביז משיח צדקינו וועט קומען.

אסאך גרויסע חלק פון די קינות לתשעה באב האט געמאכט דער באקנאטער אידישער קאמפאזיער ר' אליעזר הקליר. אסאך האט געמאכט ר' יהודה הלוי. אסאך פון די קינות איז געבויט אויף די פינף פרקים פון איכה.

קינות אויף חורבן אייראפע

אין פארשידענע קהילות זאגט מען אויך א קינה אויפן חורבן פון די יידישע קהילות אין אייראפע. צווישן די וואס האבן געשריבן אזעלכע קינות זענען דער באבאווער רבי, הרב שמעון שוואב פון קהל עדת ישורן, וואשינגטאן הייטס, און הרב אלחנן היילפרין פון גאלדערס גרין.

פאקטיש איז אבער אין רוב קהילות נישט איינגעפירט געווארן צו זאגן קינות אין תשעה באב אויפן חורבן אייראפע. עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז ווייל מען האט נאר צוגעלייגט קינות אויף צרות פונעם גלות וועלכע האבן פארשטערקערט און ממשיך געווען דעם גלות וואס האט זיך אנגעהויבן מיט חורבן בית המקדש אין תשעה באב, אנדערש איז אבער דער חורבן אייראפע וואס באלאנגט שוין אינעם קאטאגאריע פון חבלי משיח און געהערט שוין ענדערש צום גאולה ווי צום גלות, וויבאלד דאס איז געווען ווי א הקדמה צום נאנטן גאולה, דערפאר פאסן אירע קינות נישט אריין צווישן די קינות פון תשעה באב.

רעפערענצן

  1. פירוש המשניות להרמב"ם, ראש השנה, פרק א משנה ג

מוסטער:ייִדישע חגים