אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022
תלמידים | רבי שלום מאסקאוויטש, שאצער רבי אין לאנדאן |
---|
רבי שלום מרדכי הכהן שוואַדראָן ( כ"ז ניסן תקצ"ה, 26סטן אַפּריל, 1835 - ט"ז שבט תרע" אַ, 14טן פעברואַר 1911 ), באקאנט ווי דער מַהַרשַ"ם פֿון ברעזשאַן, איז געווען א בארימטער רב און פוסק אין גאַליציע .
לעבנסגעשיכטע
ער איז געבוירן געווארן אין דער כ"ז ניסן תקצ"ה (1835) צו ר' משה הכהן אין דעם דאָרף יאַניאָוו נאָענט צו זלאָטשעוו, און פון קינדווייז אן האט ער זיך אויסגעצייכענט מיט זיין אויסערגעוויינליכער התמדה. מען זאגט אויף אים אַז ער געווען געוואוינט צו לערנען זעכצן שעה אַ טאָג און נישט שלאָפן מער ווי דרייַ און אַ האַלב שעה. אין זיין יוגנט, איז ער געווען א חסיד פון רבי שלום רוקח פון בעלז, און איז אויך געווען ביי רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער. שפעטער האט ער אנגעהויבן פאָרן צום טשאָרטקאָווער רבי׳ן און געווארן זיינס א חסיד. ער האָט באקומען א היתר הוראה אין א גאר יונגער עלטער פון רבי יוסף שאול נאטאנזאן פון לעמבערג. ער האט חתונה געהאט ביי 16 יאר מיט דער טאָכטער פון רבי יקיר פון בעלקאמין.