אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם סוצקעווער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קאטאגאריע)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

אַבֿרהם סוצקעווער אין תּש"י
טעקע:Sutskever Valdiks 1940.jpg
די הילע פֿונעם לידער באַנד "וואַלדיקס", 1940

אַבֿרהם סוצקעווער (15טן יולי, 1913 - 20סטן יאַנואַר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה.

ביאָגראַפֿיע

אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין סמאָרגאָן, דאן ליטע הײַנט בעלאַרוס, אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פֿון װילנע. זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פֿײַנבערג, מחבר פֿון ספֿר „אפֿיקי מגינים“ אויפֿן שולחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פֿאַרטריבן פֿון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פֿון אָמסק, בײַם טײַך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן פאָטער.

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קיין װילנע, דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפֿט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט מאַקס ווײַנרײַך. זײַן ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פֿון דער „בין“.

אין 1934 אַרײַנגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, חיים גראַדע א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפֿטער אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום ייִוואָ. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זײַן ערשטער פּאָעזיע־באַנד לידער. נאָכן דײַטשן אָנפֿאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה, געבליבן פֿאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי פֿריידקע אין ווילנער געטאָ. באַטייליקט אין גײַסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פֿון זעלטענע ספֿרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פֿון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פֿון דער פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פֿ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפֿער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפֿט די דײַטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער.

אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זײַנע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרײַבער ווי באָריס פּאַסטערנאַק, איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פֿאַר דער אַרבעט פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער מלחמה האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.

נאָך דער באַפֿרײַונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין לאָדזש און אין פּאַריז. דעם 12טן פֿעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריגס־פֿאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל די גאָלדענע קייט (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף ייִדיש.

צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פֿראַנצייזיש און פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות.

ער איז ניפֿטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פֿון 96 יאָר.

ביכער

ביבליאָגראַפֿיע

  • יובֿל־בוך צום פֿופֿציקסטן געבוירן־טאָג פֿון אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
  • שלמה ביקל. די ברכה פֿון שיינקייט: עסייען וועגן אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג המנורה, 1969)
  • יודל מאַרק. אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
  • אַבֿרהם נאָווערשטערן. אַבֿרהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפֿיע (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
  • ייִחוס פֿון ליד/יחוסו של שיר, לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1983)
  • אַבֿרהם סוצקעווער במלאות לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבֿעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
  • די גאָלדענע קייט נומער 136: אַבֿרהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָבֿיבֿ, 1993)

וועבלינקען

מוסטער:ביכער--