אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאירא גניזה"
ק (אראפגענומען קאטעגאריע:איסלאם מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:37, 22 נאוועמבער 2022
די קאַיִר גניזה איז אַ זאַמלונג פֿון בערך 300,000 כּתבֿי־ידות פֿון דער בן־עזרא שול אין פֿוסטאַט לעבן מאָדערנעם קאַיִר. ייִדן האָבן פֿאַרנומען פֿרומע און וועלטלעכע טעקסטן אין דער גניזה אַן ערך צווישן יאר 870 לויט דער איצטיקער צײַט־רעכענונג און דעם 19טן יאָרהונדערט.
עטלעכע אייראָפּעער זענען געפֿאָרן אין דער שול און האבן באַמערקט די אַלטע כּתבֿי־ידות אָבער נישט דעם באַטרעף. די וויכטיקייט פֿון דער קאַיִר גניזה האָט דער ייִדישער היסטאָריקער זלמן שעכטער איינגעזען. ער איז געפֿאָרן אין מצרים און האָט די בלעטער צוריקגעטראָגן. הײַנט זענען די דאָקומענטן אין כּלערלײ אוניווערסיטעטן (איבערהויפּט אין קעמברידזש).
אינהאַלטן פֿון גניזה
מען קען כּמעט נישט מגזם זײַן די וויכטיקייט פֿון דער קאַיִר גניזה צו ייִדישער געשיכטע. אַנטיקע פּיוטים און תּפֿילות האָבן זיך געפֿונען אין דער גניזה. די סאַמע עלטסטע כּתבֿי־יד פֿון תּלמוד במציאות זענען געווען אין דער גניזה.
מע האָט געפֿונען פֿאַרלוירנע ביכער, ארײַנרעכענענדיק פֿראַגמענטן פֿון ספֿר בן סירא, דער דמשק דאָקומענט (אויכעט געפֿינט זיך אין קומראַן) און בריוו צווישן ייִדן און די כּוזרים (זע חסדאי אבן שפרוטס דער כּוזרי). אויף זייער אַ סך בלעטער האָט מען אָנגעשריבן וועגן געשעפֿט. כּתבֿי־יד געשריבן דורך רמב"ם ווערט אַנטדעקט געוואָרן.