אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מיין טאטנ'ס בית דין שטוב"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (removed Category:ביאגראפיע; added Category:ביאגראפישע ביכער using HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "מיין טאטנ'ס בית דין שטוב".
מיין טאטנ'ס בית-דין שטוב איז א בארימטער יידיש בוך געשריבן דורכן בארימטן שרייבער יצחק באשעוויס זינגער אלס אויטאביאגראפיע.
דאס ביכל באשטייט פון אמת'ע געשיכטעס, זכרונות פון זיין יוגנט אין לעאנטשין וואו זיין טאטע איז צום ערשט געווען רב, בילגאריי וואו זיין מאמע'ס טאטע איז געווען רב, ראדזימין וואו זיין טאטע איז א קורצע צייט געווען שרייבער און ר"י ביים ארטיגן רבין און דערנאך אין ווארשע וואו זיין טאטע איז געווען א ווינקל מורה-הוראה אויף דער קראכמאלנע גאס.
ביבליאגראפיע
דאס בוך איז צום ערשט געלאפן אין א סעריע אינעם פארווערטס אונטער זיין זשורנאליסטישן פסעוודאנים יצחק ווארשאווסקי.
- עס איז צוערשט געדרוקט געווארן אין פארעם פון א בוך אין יאר ה'תשי"ז אין ניו יארק דורכן פארלאג דער קוואל, וועלכע איז דאן באנייעט געווארן אונטערן פירערשאפט פון ישראל לאנדאן.
דאס ביכל אנטהאלט זעכציג קורצע עפיזאדן פון זיין לעבן און ארום, אין א סך הכל פון דריי הונדערט זעכציג זייטן.
- תל אביב, פארלאג י. ל. פרץ, ה'תשל"ט
- [המשכים-זאמלונג], ירושלים, ה'תשנ"ו, חנא שמערוק און וועראַ סאָלאָמאָן, העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 345 זײַטן.