אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי לייב גורוויץ"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
הרב אריה זאב גורוויץ (ה'תרס"ו - ד' חשוון ה'תשמ"ג), באקאנט אלס לייב גורוויץ, איז געווען ראש ישיבה פון דער גייטסהעדער ישיבה און איינער פון די פירער פון אגודת ישראל אין גרויסבריטאניע.
ער האט געלערנט אין די ישיבות פון ווילקאמיר, מיר, באראנאוויטש און בריסק. ער איז געווארן אן איידעם ביי הרב אליהו לאפיאן אין לאנדאן.
יונגע יארן
לייב גורוויץ איז געבוירן אריה זאב (לייב) קושעלעווסקי אינעם שטעטל מאלאט, פוילן (היינט ליטע) צו זיין פאטער הרב משה אהרן קושעלעווסקי אב"ד מאלאט. זיין מוטער רייכל איז געווען אן אייניקל פונעם ווילנער גאון. זיין ברודער איז געווען הרב אליהו קושעלעווסקי (תר"ע–תשנ"ב), וואס האט שפעטער געדינט ווי אב"ד פון באר שבע.
צו דרײַצן יאר איז ער געגאנגען לערנען אין דער ווילקאמירער ישיבה אין דער ליטע.
משפחה
- דוד גורוויץ, האט געהייראט נעמי, טאכטער פון הרב שלמה פסח טאפעראוו
- רבי אברהם גורוויץ, ראש ישיבה אין גייטסהעד
- שרה לאה, ווייב פון רבי צבי קושעלעווסקי בזיווג ראשון, זון פון איר פעטער הרב אליהו קושעלעווסקי
- רבי חיים עוזר, מגיד שיעור אין גייטסהעד