אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביה"
אין תקציר עריכה |
|||
| שורה 22: | שורה 22: | ||
| קרוינפרינץ = אסא | | קרוינפרינץ = אסא | ||
}} | }} | ||
'''אַבִיָּהוּ'''{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים ב|יג|כ|כא}}}} | '''אַבִיָּה''' (אויך: '''אַבִיָּהוּ'''{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים ב|יג|כ|כא}}}}, '''אַבִיָּם''') איז דער צווייטער קעניג פון מלכות יהודה, וואס האט געקעניגט אין ירושלים נאך זיין פאטער [[רחבעם]] פאר דריי יאר, פון ב'תתקפ"ב ביז ב'תתקפ"ד{{הערה|{{דאטומען לויט עקביא|138}}}}. | ||
== נאמען == | == נאמען == | ||
| שורה 55: | שורה 55: | ||
דער פסוק אין {{תנ"ך|דברי הימים ב|יג}} פירט אויס "וְלֹא עָצַר כֹּחַ יָרָבְעָם עוֹד בִּימֵי אֲבִיָּהוּ, וַיִּגְּפֵהוּ יְהֹוָה וַיָּמֹת". לויט'ן פשט באציען זיך די ווערטער "ויגפהו ד' וימת" צו ירבעם, אבער אין חז"ל ווערט געטייטשט אז אביה איז געשטארבן צוליב זיינס א זינד. די חכמים דינגען זיך וואס איז געווען זיין זינד וואס האט געברענגט אויף אים דעם עונש: | דער פסוק אין {{תנ"ך|דברי הימים ב|יג}} פירט אויס "וְלֹא עָצַר כֹּחַ יָרָבְעָם עוֹד בִּימֵי אֲבִיָּהוּ, וַיִּגְּפֵהוּ יְהֹוָה וַיָּמֹת". לויט'ן פשט באציען זיך די ווערטער "ויגפהו ד' וימת" צו ירבעם, אבער אין חז"ל ווערט געטייטשט אז אביה איז געשטארבן צוליב זיינס א זינד. די חכמים דינגען זיך וואס איז געווען זיין זינד וואס האט געברענגט אויף אים דעם עונש: | ||
*ווייל ער האט מבזה געווען א רבים, אלע אידן פון מלכות ישראל, זאגנדיג "וְאַתֶּם הָמוֹן רָב וְעִמָּכֶם עֶגְלֵי זָהָב"{{הערה|רבי יוחנן אין {{רבה|ויקרא|לג|ה}}; ריש לקיש אין {{רבה|בראשית|סה|כ}}}}, אדער ווייל ער האט מבזה געווען ירבעם וועלכער איז געווען א קעניג געשטעלט דורך השי"ת{{הערה|רבי יוחנן אין {{ירושלמי|יבמות|טז|ג | *ווייל ער האט מבזה געווען א רבים, אלע אידן פון מלכות ישראל, זאגנדיג "וְאַתֶּם הָמוֹן רָב וְעִמָּכֶם עֶגְלֵי זָהָב"{{הערה|רבי יוחנן אין {{רבה|ויקרא|לג|ה}}; ריש לקיש אין {{רבה|בראשית|סה|כ}}}}, אדער ווייל ער האט מבזה געווען ירבעם וועלכער איז געווען א קעניג געשטעלט דורך השי"ת{{הערה|רבי יוחנן אין {{ירושלמי|יבמות|טז|ג}}}}; | ||
*ווייל ער האט אנגערופן ירבעמ'ס מיטארבעטער "אנשים ריקים ובני בליעל", ווען דאס האט אריינגערעכנט [[אחיה השילוני]]{{הערה|ריש לקיש אין {{ירושלמי|יבמות|טז|ג | *ווייל ער האט אנגערופן ירבעמ'ס מיטארבעטער "אנשים ריקים ובני בליעל", ווען דאס האט אריינגערעכנט [[אחיה השילוני]]{{הערה|ריש לקיש אין {{ירושלמי|יבמות|טז|ג}} און אין {{רבה|ויקרא|לג|ה}}; רבי יוחנן אין {{רבה|בראשית|סה|כ}}}}; | ||
*ווייל ער האט נישט אויסגעריסן די עגל הזהב פון [[בית אל]] ווען ער האט עס איינגענומען (איינס פון די צוויי עגלי הזהב וואס ירבעם האט געמאכט פאר די ישראלים צו דינען האט ער געהאט אוועקגעשטעלט אין בית אל{{הערה|זעט {{תנ"ך|מלכים א|יב|כח|כט}}}}){{הערה|רבנן אין {{ירושלמי|יבמות|טז|ג | *ווייל ער האט נישט אויסגעריסן די עגל הזהב פון [[בית אל]] ווען ער האט עס איינגענומען (איינס פון די צוויי עגלי הזהב וואס ירבעם האט געמאכט פאר די ישראלים צו דינען האט ער געהאט אוועקגעשטעלט אין בית אל{{הערה|זעט {{תנ"ך|מלכים א|יב|כח|כט}}}}){{הערה|רבנן אין {{ירושלמי|יבמות|טז|ג}}; {{רבה|בראשית|סה|כ}}; {{רבה|ויקרא|לג|ה}}.}}. | ||
פון סדר עולם איז משמע אז ער איז געשטראפט געווארן צוליב זיין היפּאקריטישקייט, אז בשעת ער האט פארשעמט די אידן אלס עובדי עבודה זרה, האט ער אליינס געלאזט דעם עגל הזהב{{הערה|{{סדר עולם|רבה|טז}}}}. | פון סדר עולם איז משמע אז ער איז געשטראפט געווארן צוליב זיין היפּאקריטישקייט, אז בשעת ער האט פארשעמט די אידן אלס עובדי עבודה זרה, האט ער אליינס געלאזט דעם עגל הזהב{{הערה|{{סדר עולם|רבה|טז}}}}. | ||
רעוויזיע פון 22:28, 11 יאנואר 2026
| אביה אין גיום רוּיע'ס Promptuarii Iconum Insigniorum, 1553 | |||||
| מדינה | ארץ יהודה | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| תארים | מלך יהדוה | ||||
| קינדער | אסא | ||||
| צאל קינדער | 38 | ||||
| פאטער | רחבעם | ||||
| פטירה | ב'תתקפ"ד | ||||
| מוטער | מעכה בת אבשלום | ||||
| קרוינפרינץ | אסא | ||||
| |||||
אַבִיָּה (אויך: אַבִיָּהוּ[1], אַבִיָּם) איז דער צווייטער קעניג פון מלכות יהודה, וואס האט געקעניגט אין ירושלים נאך זיין פאטער רחבעם פאר דריי יאר, פון ב'תתקפ"ב ביז ב'תתקפ"ד[2].
נאמען
אביה ווערט דורכאויס ספר מלכים אנגערופן אבים. דער מלבי"ם ערקלערט אז "אבים" – "זייערע אביה" – איז וויאזוי די אידן פון מלכות ישראל האט אים גערופן, אים צו פונאנדערשיידן פון אביה בן ירבעם[3]. פארהאן אויך א פארקערטע סברא, אז "אבים", א געצנדינערישער נאמען וואס באציט זיך צום אפגאט "ים", איז דער אריגינאל, און עס איז געטוישט געווארן שפעטער צו א מער אויסגעהאלטענע נאמען[4].
קעניגרייך
אביה איז געווען א זון פון רחבעם, שלמה המלך'ס זון, זייענדיג דער עלטסטער זון פון מַעֲכָה בַּת אַבְשָׁלוֹם[5], די באליבסטע פון רחבעמ'ס 18 ווייבער און א טאכטער פון אבשלום בן דוד[6]. צוליב רחבעמ'ס ליבשאפט צו מעכה איז אביה געווארן דער קרוינפרינץ טראץ וואס ער איז נישט געווען רחבעמ'ס בכור, און רחבעם האט אים געשטעלט אלס "נגיד" נאך בחייו[7]. אין דברי הימים ב' יג, ב ווערט אביה'ס מוטער דערמאנט אלס מִיכָיָהוּ בַת אוּרִיאֵל. תרגום יונתן דארט ערקלערט אז מ'האט געטוישט איר נאמען צו א שענערע, זייענדיג א כשר'ע פרוי[8].
רחבעם איז געשטארבן אין שנת י"ז לירבעם בן נבט מלך ישראל, און אביה האט געקעניגט דער קומענדיגער יאר, שנת י"ח לירבעם[9].
אביה איז געגאנגען אין די זינדיגע וועגן פון זיין פאטער, און דער פסוק זאגט אז די איינציגע סיבה פארוואס דער באשעפער האט צוגעלאזט זיין קעניגרייך איז איבערצולאזן א המשך צו מלכות בית דוד[10]. דער מלבי"ם זאגט אז ער אליין האט נישט געזינדיגט, נאר ער האט נישט אוועקגענומען די עבודה זרה פון זיין פאטער'ס צייטן[11].
עס איז מסתמא געווען א פאליטישע אליאנץ צווישן אביהו און בן-הדד, קעניג פון ארם-דמשק[12].
אביה האט געהאט 14 ווייבער וועלכע האבן אים געבוירן 22 זין און 16 טעכטער[13]. אביה איז געשטארבן ארום יאר ב'תתקפ"ג און איז באערדיגט געווארן אין עיר דוד. זיין זון אסא האט איבערגענומען די קעניגרייך[14].
אין ראם פון דער אלגעמיינער היסטאריע ווערט זיין קעניגרייך דאטירט דורך וויליאם פ. אלברייט צו 915–913 פצ"ר, און דורך עדווין ע. טילע צו 913–910 פצ"ר[15].
מלחמה קעגן ירבעם
אביה האט אלץ מלחמה געהאלטן מיט ירבעם בן נבט, דער מלך פון ישראל[16], פירנדיג ווייטער די קריג וואס רחבעם האט אנגעהויבן[17]. ביי א מלחמה געשילדערט אין דברי הימים האט ער צוזאמגענומען אן ארמיי פון 400,000 אויסגעקליבענע העלדישע סאלדאטן קעגן ירבעם, און ירבעם איז אים אנטקעגנגעקומען מיט דאפלט אזויפיל[18].
אביה האט זיך אוועקגעשטעלט אויפ'ן שפיץ פון "הר צְמָרַיִם" אין הר אפרים, און זיך געוואנדן מיט א פייערדיגע רעדע צו די אידן פון מלכות ישראל זיי אפצורעדן פון מלחמה האלטן מיט אים און קעגן ירבעם. ער האט געזאגט אז זיי קריגן זיך אויפ'ן באשעפער, ווייל דער באשעפער האט געשאנקען א קעניגרייך פאר דוד המלך און זיינע דורות אויף אייביג. ער האט אנגעוויזן אז ירבעם איז געווען שלמה המלך'ס א קנעכט, און ער האט באטריגן זיין האר, און ער שטאמט נישט פון מלכים. ער חבר'ט זיך מיט שאַלגאַווטיגע מענטשן, און וויבאלד אביה'ס פאטער רחבעם איז דאן נאך געווען א קינד האט ער זיך נישט געקענט קעגנשטעלן קעגן אים. אביה האט אויך באטאנט אז ירבעם'ס דינאסטיע וועט נישט מצליח זיין ווייל אין מלכות ישראל דינט מען זיינע עגלי הזהב, אין דער צייט וואס מלכות יהודה דינט דעם באשעפער אליין[19].
ביזדערווייל האט ירבעם געשיקט לאקערער פון הינטער אביה, און ארומגערינגלט זיין לאגער. מלכות יהודה האט זיך דערזען מיט א מלחמה פון פארנט און פון הינטן, האבן זיי געשריגן צום באשעפער און די כהנים האבן געבלאזן די חצוצרות. גא-ט האט איבערגעגעבן ירבעם פאר אביה, און אביה'ס לייט האבן באוויזן אפצושלאגן ירבעמ'ס. די אידן פון מלכות ישראל זענען אנטלאפן, און אביה האט זיי נאכגעיאגט און אומגעברענגט 500,000 פון זיי.
אביה האט געהאט א גרויסע ערפאלג ביי דער קריג, ער האט איינגענומען די שטעט בית אל, ישנה, און עפרין, אינאיינעם מיט די אומגעגנטן פון די שטעט[20], און ירבעם איז נאכאמאל נישט ארויסגעקומען מלחמה האלטן מיט יהודה אין די צייטן פון אביה[21]. עס קען אויך זיין אז דער פארלוסט האט צוגעברענגט צום אונטערגאנג פון בית ירבעם אפאר יאר שפעטער[22].
אין חז"ל
חז"ל זאגן אז ביי די מלחמה מיט מלכות ישראל, האט אביה אוועקגענומען די "הכרת פניהם", ד"ה די נאז[23], פון די ישראלישע טויטע קעמפער, אדער האט ער געשטעלט שומרים אויף זייערע קערפער ביז זייער צורה איז פארפוילט געווארן. ער האט דאס געטון כדי מען זאל נישט דערקענען די געפאלענע סאלדאטן און נישט קענען מתיר זיין די עגונות צו חתונה האבן נאכאמאל[24].
דער פסוק אין דברי הימים ב' יג פירט אויס "וְלֹא עָצַר כֹּחַ יָרָבְעָם עוֹד בִּימֵי אֲבִיָּהוּ, וַיִּגְּפֵהוּ יְהֹוָה וַיָּמֹת". לויט'ן פשט באציען זיך די ווערטער "ויגפהו ד' וימת" צו ירבעם, אבער אין חז"ל ווערט געטייטשט אז אביה איז געשטארבן צוליב זיינס א זינד. די חכמים דינגען זיך וואס איז געווען זיין זינד וואס האט געברענגט אויף אים דעם עונש:
- ווייל ער האט מבזה געווען א רבים, אלע אידן פון מלכות ישראל, זאגנדיג "וְאַתֶּם הָמוֹן רָב וְעִמָּכֶם עֶגְלֵי זָהָב"[25], אדער ווייל ער האט מבזה געווען ירבעם וועלכער איז געווען א קעניג געשטעלט דורך השי"ת[26];
- ווייל ער האט אנגערופן ירבעמ'ס מיטארבעטער "אנשים ריקים ובני בליעל", ווען דאס האט אריינגערעכנט אחיה השילוני[27];
- ווייל ער האט נישט אויסגעריסן די עגל הזהב פון בית אל ווען ער האט עס איינגענומען (איינס פון די צוויי עגלי הזהב וואס ירבעם האט געמאכט פאר די ישראלים צו דינען האט ער געהאט אוועקגעשטעלט אין בית אל[28])[29].
פון סדר עולם איז משמע אז ער איז געשטראפט געווארן צוליב זיין היפּאקריטישקייט, אז בשעת ער האט פארשעמט די אידן אלס עובדי עבודה זרה, האט ער אליינס געלאזט דעם עגל הזהב[30].
חז"ל זאגן אז אביה האט גע'הרג'עט אחיה השילוני[31].
אנדערע פערזענליכקייטן מיט'ן נאמען אביה
עס זענען געווען אכט פּערזענליכקייטן מיטן נאמען אביה, זעקס מענער און צוויי פרויען:
- בנימין'ס זון בכר האט געהאט א זון אביה[32].
- שמואל הנביא'ס צווייטער זון האט געהייסן אביה[33].
- אין דוד המלך'ס צייטן איז געווען א כהן מיטן נאמען אביה[34].
- שלמה המלך'ס זון רחבעם האט געהאט א זון אביה[35], איבער וועמען עס ווערט ארומגערעדט אויבן.
- ירבעם, דער קעניג פון ישראל, האט געהאט א זון אביה[36].
- אין נחמיה'ס צייטן איז געווען א כהן מיט דעם דאזיגן נאמען[37].
- חצרון'ס (יהודה'ס אייניקל) ווייב האט געהייסן אביה[38].
- זכריה'ס טאכטער, וועלכע איז געווען דעם קעניג אחז'ס ווייב און דעם קעניג חזקיהו'ס מוטער, האט געהייסן אביה[39].
רעפערענצן
- ↑ דברי הימים ב' יג, כ–כא.
- ↑ דאטומען לויט אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 138, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן), פארראכטן לויט די "כללי השוואה" דארט זייט 3.
- ↑ מלבי"ם מלכים א' טו, א.
- ↑ יעקב אורמן, "אביה", אנציקלופדיה מקראית א, מוסד ביאליק: ירושלים, תש"י, עמ' 23–24.
- ↑ מלכים א' טו, ב; דברי הימים ב' יא, כ–כב.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך ח, קאפּיטל י, אפּטיילונג א; רלב"ג, מלכים א' טו, א. אין מלכים א' טו, ב שטייט אבישלום.
- ↑ דברי הימים ב' יא, כ–כב.
- ↑ זעט רש"י דארט.
- ↑ רש"י, רד"ק, און מצודות אויף מלכים א' טו, א.
- ↑ מלכים א' טו, ג–ד.
- ↑ מלבי"ם, מלכים א' טו, ג.
- ↑ לויט מלכים א' טו, יט.
- ↑ דברי הימים ב' יג, כא.
- ↑ מלכים א' טו, ח; דברי הימים ב' יג, כג.
- ↑ Thiele, Edwin R. (1951). The Mysterious Numbers of the Hebrew Kings (New rev. ed.). Grand Rapids, MI: Kregel Academic. pp. 81–82.
- ↑ מלכים א' טו, ג–ו.
- ↑ רלב"ג און מלבי"ם מלכים א' טו, ו.
- ↑ דברי הימים ב' יג, ג.
- ↑ דברי הימים א' יג, ד–יב.
- ↑ דברי הימים ב' יג, יג–יט.
- ↑ דברי הימים ב' יג, כ.
- ↑ יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא יג (מלכים א), עמ' שכב, ירושלים, תשמ"ט (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); יעקב אורמן "אביה" אנציקלופדיה מקראית א, מוסד ביאליק: ירושלים, תש"י, עמ' 23–24.
- ↑ גירסא פונעם קרבן העדה.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק ט"ז, הלכה ג' (דפוס וילנא: דף פ"ב, עמוד ב'); בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה כ'; ויקרא רבה, פרשה ל"ג, פסקה ה'.
- ↑ רבי יוחנן אין ויקרא רבה, פרשה ל"ג, פסקה ה'; ריש לקיש אין בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה כ'.
- ↑ רבי יוחנן אין תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק ט"ז, הלכה ג'.
- ↑ ריש לקיש אין תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק ט"ז, הלכה ג' און אין ויקרא רבה, פרשה ל"ג, פסקה ה'; רבי יוחנן אין בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה כ'.
- ↑ זעט מלכים א' יב, כח–כט.
- ↑ רבנן אין תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק ט"ז, הלכה ג'; בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה כ'; ויקרא רבה, פרשה ל"ג, פסקה ה'.
- ↑ סדר עולם פרק ט"ז.
- ↑ מדרש אגדה (באבער) במדבר ל, טו.
- ↑ דברי הימים א' ז, ח.
- ↑ שמואל א' ח, ב.
- ↑ דברי הימים א' כד, י.
- ↑ דברי הימים ב' יב, טז.
- ↑ מלכים א' יד, א.
- ↑ נחמיה י, ח.
- ↑ דברי הימים א' ב, כד.
- ↑ מלכים א' יד, לא; דברי הימים ב' יא, כ.
| מלכי יהודה וישראל | |||||
|---|---|---|---|---|---|
| פאראייניגטע מלכות ישראל | שאול המלך • (איש בושת) • דוד המלך • שלמה המלך | ||||
| מלכי יהודה | רחבעם • אביה • אסא • יהושפט • יהורם • אחזיהו • עתליה • יהואש • אמציה • עוזיהו • יותם • אחז • חזקיהו • מנשה • אמון • יאשיהו • יהואחז • יהויקים • יהויכין • צדקיהו | ||||
| מלכי ישראל | ירבעם בן נבט • נדב • בעשא • אלה • זמרי • תבני • עמרי • אחאב • אחזיהו • יורם • יהוא • יואחז • יואש • ירבעם בן יואש • זכריהו • שלום • מנחם • פקחיה • פקח • הושע | ||||
| בית חשמונאי |
| ||||
| מלכי בית הורדוס | הורדוס • ארכעלאאס • הורדוס אנטיפס • פיליפוס • אגריפס דער ערשטער • אגריפס דער צווייטער | ||||