מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
| שורה 16: | שורה 16: | ||
אין מיטן 2017 איז א טייל פון דער קהילה אריבער קיין טשיאַפּאַס, מעקסיקע. קורץ נאך דעם, אין שבת ביינאכט, דעם 8טן יולי 2017, האט הלברנץ זיך געטובלט אין א טייך לעבן זיינע מענטשן, און איז דערטרונקען געווארן. יענעם יאר איז אין א געריכט אין ארץ ישראל געגעבן געווארן א פסק, וואס האט באשטימט אז די קהילה איז א שעדליכע כת, כדי אפצוהאלטן קינדער פון ארויספארן פון לאנד, וועמענ'ס עלטערן האבן געוואלט אריבערציען מיט זיי צו דער קהילה אין קאנאדע. | אין מיטן 2017 איז א טייל פון דער קהילה אריבער קיין טשיאַפּאַס, מעקסיקע. קורץ נאך דעם, אין שבת ביינאכט, דעם 8טן יולי 2017, האט הלברנץ זיך געטובלט אין א טייך לעבן זיינע מענטשן, און איז דערטרונקען געווארן. יענעם יאר איז אין א געריכט אין ארץ ישראל געגעבן געווארן א פסק, וואס האט באשטימט אז די קהילה איז א שעדליכע כת, כדי אפצוהאלטן קינדער פון ארויספארן פון לאנד, וועמענ'ס עלטערן האבן געוואלט אריבערציען מיט זיי צו דער קהילה אין קאנאדע. | ||
===נאך שלמה'ס טויט=== | |||
נאך דעם טויט פון הלברנץ, האט אים איבערגענומען זיין בכור, נחמן הלברנץ. אין ענדע 2018, איז שרה פייגע טעלער, די טאכטער פון שלמה הלברנץ און די שוועסטער פון נחמן, אנטלאפן מיט א טייל פון אירע קינדער קיין גוואַטעמאַלע סיטי, נאך וואס איר ברודער האט זי בויקאטירט, ווייל זי האט נישט געפאלגט די תקנות פון דער קהילה. זי האט דערציילט אין די מידיע וואס איז פארגעקומען אין דער קהילה, און נאך איר זענען אויך ארויסגעקומען נאך עדות'שאפטן פון אנטלאפענע מיטגלידער. אין דעצעמבער 2018 האבן פאליציי לייט אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת אין מעקסיקע און האבן ארעסטירט עטליכע פון די מיטגלידער, אריינגערעכנט נחמן הלברנץ. די ארעסטירטע זענען אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע אויפן חשד, אז זיי האבן געקידנעפט צוויי פון טעלער'ס קינדער, וואס זענען געפונען געווארן ביי זיי. די מיטגלידער פון דער קהילה האבן אריינגעגעבן א בקשה פאר פאליטישן אזיל אין איראן, אויף דער טענה אז מ'רדיפט זיי צוליב זייער אמונה. | |||
אין 2019, איז א מאנשאפט פון דער פראגראם "עובדה" אנגעקומען קיין גוואַטעמאַלע, צו פילמירן א רעפארטאזש איבער דער כת, וואס האט זיך קאנצענטרירט אויף ישראל עמיר, דעמאלט א 19־יעריגער. זיינע עלטערן זענען געווארן בעלי תשובה און האבן זיך צוגעשלאסן צו לב טהור מיט זייערע זיבן קינדער. ישראל האט חתונה געהאט אלס 17 יעריגער מיט א 15-יעריג מיידל, און זיי האבן געהאט א קינד. ער האט געמאכט א קאנטאקט פון גוואַטעמאַלע מיט זיין פעטער און מומע אין ארץ ישראל, וואס זענען געפלויגן מיט דער פראגראם-מאנשאפט און צום סוף איז זיי געלונגען אים אהיימצוברענגען קיין ארץ ישראל. ביי די פילמירונגען, האבן די מיטגלידער פון דער כת געקידנעפט ישראל'ס פעטער און דעם קאמעראמאן, זיי אריינגעברענגט אין דעם קאמפלעקס פון דער כת און זיי געשלאגן און געווארפן אויף זיי שטיינער. זיי זענען באפרייט געווארן נאך עטליכע שעה דורך דער לאקאלער פאליציי. | |||
דעם 29סטן מערץ 2021, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע נאכאמאל אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, כדי צו ארעסטירן דריי פון זייערע מיטגלידער און זיי אויסצוליפערן קיין אמעריקע. איינער פון זיי איז דארט ארעסטירט געווארן. אין יולי 2021 האט די פאליציי פון גוואַטעמאַלע אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, אינאיינעם מיט דער FBI און אינטערפאל, און האבן ארעסטירט די צוויי ברידער, יואל און שמואל וויינגארטן. מען האט זיי באשולדיגט צווישן אנדערעס אין קידנעפן קינדער. | |||
==הנהגות און דעות== | ==הנהגות און דעות== | ||
רעדאגירונגען