מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
| שורה 2: | שורה 2: | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
היסטאריע | |||
גרינדונג און נסיעה קיין אמעריקע | |||
שלמה הלברנץ איז געבוירן געווארן אין א פריע משפחה, און אלס בחור האט ער אנגעהויבן דעם פראצעדור פון תשובה טון. ער האט געלערנט אין דער "איתרי" ישיבה אין ירושלים, און אין די מיטל 80ער יארן האט ער געגרינדעט די ישיבה "לב טהור" אין דער "בית ישראל" געגנט אין ירושלים. דער נאמען איז גענומען פון פסוק: "לֵב טָהוֹר בְּרָא-לִי אֱלֹהִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי" (תהילים, נ"א, י"ב). ארום הלברנץ און זיין ישיבה האט זיך צאמגעקליבן א גרופע פון ארום הונדערט משפחות. | |||
אין יאר 1990, בעפאר דער ערשטער גאלף מלחמה, איז הלברנץ ארויס פון ארץ ישראל מיט ארום פערציג תלמידים. לויט א טענה וואס דער זשורנאליסט זאב גלילי האט געהאט, איז דאס געווען צוליב אן אויספארשונג קעגן אים אויפן חשד פון קאנטאקט מיט פיינדליכע איסלאמישע ארגאניזאציעס. הלברנץ האט דאס געלייקנט און געזאגט אז ער איז געפארן בלויז צוליב השקפה. עס זענען אויך געווען טענות אז טייל פון זיינע תלמידים זענען ארויס פון לאנד אן די וויסן פון זייערע עלטערן, מיט געפעלשטע פאספארטן. הלברנץ האט זיך באזעצט מיט זיינע תלמידים אין בארא פארק, ניו יארק, און דערנאך אין דער שטאט מאנסי. נאך א קורצע צייט האט ער זיך צעקריגט מיט דער קאשויער קהילה, וואס האבן געהאט טענות קעגן אים וועגן "מאראלישע פעלערס" און זיין שיטה פון איבעררייסן די קשרים צווישן די חברי הקהילה מיט זייערע פאמיליעס. | |||
אין 1993, איז הלברנץ פארפאלנטערט געווארן אין דער פרשה פונעם בחור שי פימא, א זון פון פריע עלטערן, וואס איז פארשוואונדן געווארן און איז אריין אין דער כת. הלברנץ איז באשולדיגט געווארן אין העלפן צו באהאלטן פימא, און איז געפונען געווארן שולדיג אין א ניו יארקער געריכט. ער איז פארמשפט געווארן צו 4 ביז 6 יאר טורמע, אבער שפעטער האט דער געריכט פון א אפיעל אין ניו יארק פארקירצט די שטראף צו בלויז צוויי יאר. צוליב דער פרשה האט ער פארלוירן זיין לעגאלן סטאטוס אין אמעריקע און איז דעפארטירט געווארן קיין ארץ ישראל אין סעפטעמבער פון יאר 2000. | |||
==הנהגות און דעות== | ==הנהגות און דעות== | ||
רעדאגירונגען