1,047
רעדאגירונגען
(←אין אידיש: פארברייטערט) |
(רעדאגירונג) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
'''יה ריבון עלם''' (אראמיש, טייטש: "ג-ט, | '''יה ריבון עלם''' (אראמיש, טייטש: "ג-ט, האר פון דער וועלט") איז א פיוט וואס איז געשריבן געוואָרן דורך [[רבי ישראל נאג'ארה]], א 16טן יאָרהונדערט פּייטן. עס איז איינע פון די מערסט פּאָפּולערע שבת'דיגע [[זמירות]], באזונדערס צווישן אשכנז'ישע קהילות וואס זינגען עס ביי די סעודה פון פרייטאג ביינאכט, און ספרד'ישע קהילות וואס זינגען עס ביי די [[שירת הבקשות]]. אויך געוויסע תימנ'ער אידן פלעגן עס זינגען. | ||
==מחבר און געשיכטע== | ==מחבר און געשיכטע== | ||
רבי ישראל | דער זמר איז דורך [[רבי ישראל נאג'ארה]] (בערך ה'שט"ו–שפ"ח, א פּראָליפישער פּייטן, וואס האט געשריבן איבער 650 פיוטים. און ערשיינט אנהייב פון זיין זאמלונג פון פיוטים, "זמירות ישראל" (צפת שמ"ז, אוצ טז; און ווענעציע שנט אות ד). | ||
גענוי ווי די אנדערע ניגונים אין זיין שאפונג, וואס איז אין גרויס טייל געוועזן ארויפגעזעצט הייליגע ווערטער, אויף פאפולערע פאלקסישע לידער, איז דער ניגון "י-ה רבון עלם" א פאראדיע אויף אן אראבישן ניגון "יוא ראבי שאלים שאילמי" (פרידן פאר דיר מיין האר), צו וועלכע די ווערטער "י-ה רבון עלם ועלמיא" זענען צוגעפאסט געווארן. דער ניגון ערשיינט אונטער דעם אראבישן [[מקאם]] "ראשט", א מזרח'ישער מוזיקאלישער סטיל מיט וואס מען האט אריגינעך געזונגען דעם פיוט. | |||
דער | טראץ וואס דער זמר האט נישט קיין שייכות מיט'ן שבת, איז דאס אריינגעדרוקט געווארן אין די זמירות'ליך פון אשכנז, און איז פארשפרייט געווארן אין פילע קהילות צו זינגען אום פרייטאג צונאכטס. ווי אויך ביי די ספרד'ישע מנהג פון זינגען שירת בקשות שבת פארטאגס איז דער זמר איינס פון די פאפולערע פיוטים. | ||
==אינהאלט און אויסטשעל== | |||
"יה ריבון עלם" איז געשריבן אין [[אראמיש]], אין זמירות ישראל האט רבי ישראל געשריבן נאכ'ן ניגון די פסוקים אויף וואס עס איז באזירט, און ביי דעם ניגון האט ער געשריבן די פסוקים אין דניאל (ג, לב-לג): | |||
{{ציטוט | |||
| אָתַיָּא וְתִמְהַיָּא דִּי עֲבַד עִמִּי אֱלָהָא עליא [עִלָּאָה], שְׁפַר קָדָמַי לְהַחֲוָיָה. | |||
אָתוֹהִי כְּמָה רַבְרְבִין וְתִמְהוֹהִי כְּמָה תַקִּיפִין, מַלְכוּתֵהּ מַלְכוּת עָלַם וְשָׁלְטָנֵהּ עִם דָּר וְדָר. | |||
| שורות = יא | |||
}} | |||
די אראמיש פון דעם פיוט, פארמאגט פיל אויסדרוקן פון די פסוקים פון דניאל, און שליסט איין אויסדרוקן פון זוהר. טראץ דער ארמישער שפּראך, איז ער ברייט פארשפּרייט געווארן. טייל ברענגען דעם טעם, ווייל אין שבת דארף מען נישט קיין מלאכים וואס זאלן הערן, ווייל ג-ט הערט דעם מענטש גלייך{{הערה|1=https://www.sefaria.org/sheets/635405.6?lang=bi&with=all&lang2=en}}. | |||
דער פּיּוּט איז געבויט אין א סטראָפישן סטיל, באַקאַנט אלס מואוואַששאַח אין אראביש<ref>{{Cite book |last=Kligman |first=Mark |title=Sephardic and Mizrahi Jewry |chapter-url=https://www.degruyter.com/document/doi/10.18574/nyu/9780814797419.003.0016/html |chapter=Chapter 13 Diversity and Uniqueness An Introduction to Sephardic Liturgical Music |year=2005 |pages=259–284 |publisher=New York University Press |isbn=978-0-8147-9741-9 |language=en |doi=10.18574/nyu/9780814797419.003.0016 }}</ref>. ער באַשטייט פון פינף סטראפן, יעדער מיט פיר סטאנצן, פון וואס די ערשטע דריי גראמען איינס מיט'ן אנדערן, און דער לעצטער גראמט מיטן ערשטן סטראף וואס דינט אויך אלס פזמון. יעדער שורה האָט פיר אַקצענטירטע זילבעס. די ערשטע בוכשטאבן פון די סטראפן פארמירן דעם מחבר'ס נאמען "ישראל" אלס אקראָסטיך. | |||
דער פיוט איז אַ געזאגנ פון לויב צו ג-ט, דער "מלך מלכיא", וואָס הערשט איבער דער וועלט אין זיין אומענדלעכער כּוח און כּבוד. עס באַשרייבט די וואונדער פון ג-ט'ס בריאה: מלאכים, מענטשן, חיות און פויגלען. עס באַהאַנדלט אויך די קליינקייט פונעם מענטש קעגן ג-ט'ס גרויסקייט. דער פיוט ענדיגט זיך מיט אַ תּפילה פאַר דער גאולה פון ישראל און דער ווידער־אויפבוי פון ירושלים, די "שטאָט פון שיינקייט". | |||
רבי ישראל נג'אַרה האָט שטאַרק גענוצט דעם ספר דניאל אַלס אינספּיראַציע. ער ציטירט גלייך אדער אַדאַפּטירט פסוקים, אפילו אזעלכע וואָס האָבן אָריגינעל רעפערירט צו נבוכדנצר און דריוש, און האט זיי אדאפּטירט צו לויבן ג-ט. | |||
==ניגונים== | |||
"יה ריבון עלם" איז אָריגינעל געזונגען געוואָרן צו אַן אַראַבישן לחן אין [[מקאם]] ראשט, װאס איז הײנט פארגעסן געװארן. איבער די יארן זענען געשאפן געווארן אומצאליגע ניגונים, סיי אלטע און סיי מאדערנע. מער ווי 50% אויסגעפרעגטע אויף [[אייוועלט]] האבן געענטפערט אז זיי קענען 5 ניגונים אדער מער אויף קה רבון{{הערה|1=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=52964}}. סיי ביי די אשכנזישע און סיי ביי די ספרדישע זענען געווען פארשפרייט נוסחאות און ניגונים אויף וואס צו זינגען דעם פיוט. איין באוואוסטער פאלקס ליד איז א קאמפאזיציע פון איראק מיט צוויי פאלן. | |||
צווישן די חסידישע הויפן זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל ניגונים פאר דעם זמר, צווישן די באקאנטע פון זיי: | |||
* [[באבוב]]: אַ באַקאַנטער ניגון געשאַפן דורך [[רבי בנציון הלבערשטאַם]], דער באָבובער רבי, וואָס צייכנט זיך אויס מיט חסידישע נואַנסן פון דבקות און השתפּכות־הנפש{{הערה|1=שמן, נחמן דאס געזאנג פון חסידות די ראל פון חסידיזם אין אונדזערע דורות (בוענאס אייראס: צענטראל-פארבאנד פון פוילישע יידן אין ארגענטינע, תשי"ט), 67.}}. | |||
* וויזשניץ: אין וויזניץ איז דא א באקאנטער ווארימער ניגון, וואס איז מקובל פונעם ריזשונער, מען זינגט עס אויך ביי חופות מיט גרויס התעוררות. עס האט צוויי פאלן און גייט איבער און איבער. דער אמרי חיים האט צוגעלייגט א ניגון פון "רברבין" און ווייטער, ארויפגעזעצט אויף א חב"ד ניגון וואָס ער האָט געהערט ביי ליובאַוויטשער חסידים אין רוסלאַנד. טייל געבן אן אז ער האט דאס געענדערט ווייל ער האָט געזען דעם אריגינעלן ניגון פון טאַטן ווי "שרביטו של מלך" (אַ שטעקן פון אַ קעניג){{הערה|https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1645318#p1645318}}. | |||
* דינוב/בלאזוב: געשאַפן דורך [[רבי צבי אלימלך שפירא]] פון דינוב. דאס איז געווארן וועלט בארימט דורך [[רבי אהרן ראטה]], וואס היבש געענדערט דעם ניגון, צולייגנדיג אייגענע תנועות, און דאס פארלאנגזאמט אלס דביקות ניגון, און זיינע נאכפאלגנדע הויפן תולדות אהרן, שומרי אמונים און תולדות אברהם יצחק{{הערה|עתיקין}}. | |||
* מעליץ-ספּינקא: רבי איציקל מעליצער זצ"ל האָט פאַרפאַסט דעם ניגון אויפן שיף פון אייראָפּע קיין אַמעריקע{{הערה|1=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4865337#p4865337}}. | |||
* פּיטסבורג ניגון: איז זייער אויפגעכאַפּט בי שבת התוועדות'ן און באטעס, בעיקר די לעצטע צוויי שטיקלעך{{הערה|https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4736028#p4736028}}. דער שטיקל למקדשך האט דער פיטסבורגער געבויט אויף אן עלטערע ניגון באקאנט אלס דער קאמאדער ניגון{{הערה|1=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3177588#p3177588}}. | |||
* קאַרלינער ניגון: באַוואוסט אין חב"ד אלס "ר' מיכאל דער אַלטערס ניגון"{{הערה|1=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2091058#p2091058}}. | |||
* סלונים{{הערה|1=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3334049#p3334049}}. | |||
אויך אין די מאדערנע מוזיק וועלט האבן פילע זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן הײַנטצוטאָג געשאַפֿן נײַע לחנים, אַרײַנגערעכנט מרדכי חלפון, שמואל אַדלער{{הערה|1=https://www.milkenarchive.org/music/volumes/view/a-garden-eastward/work/five-sephardic-choruses/}}, חיים בענט, יצחק פוקס, אהרן ראַזעל, יאיר דלאל, און רונן שטערן. | |||
==אנדערע שפראכן== | |||
דער פיוט איז אויך איבערגעזעצט געוואָרן אין אַנדערע אידישע שפּראַכן, אַזוי ווי אידיש און לאַדינאָ. | |||
עס איז אויך איבערגעזצט געווארן דורך היינטיגע, און ערשיינט אין פארשידענע זמירות'ער{{הערה|https://achiyayeda.org/material/%D7%A7%D7%94-%D7%A8%D7%91%D7%95%D7%9F-%D7%A2%D7%9C%D7%9D-%D7%A9%D7%99%D7%A8-%D7%91%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9/}} | עס איז אויך איבערגעזצט געווארן דורך היינטיגע, און ערשיינט אין פארשידענע זמירות'ער{{הערה|https://achiyayeda.org/material/%D7%A7%D7%94-%D7%A8%D7%91%D7%95%D7%9F-%D7%A2%D7%9C%D7%9D-%D7%A9%D7%99%D7%A8-%D7%91%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9/}} | ||
מענדעלע מוכר ספרים האט איבערגעזעצט דעם זמר אויף א אידישן ליד. | |||
{{טורים | {{טורים | ||
| שורה 70: | שורה 75: | ||
אין ירוּשלים, אַ שטאדט גאר אַ שײן.}}}} | אין ירוּשלים, אַ שטאדט גאר אַ שײן.}}}} | ||
== | ==אויסנאמע== | ||
טראץ וואס דער פיוט "י-ה ריבון עלם" איז כהיום אזוי ברייט פארשפרייט און פארהייליגט, איז אבער אין די ערשטע יארן דער פויט אינאיינעם מיט זיין מחבר, רבי ישראל נאג'אַראַ, געווען פארווירלט אין קאנטראווערסיע. | |||
רבי מנחם די לונזאנו, אַ בן־דור פון נאג'אַראַ, האָט שארף קריטיקירט דעם תוכן פון נאג'אַראַס פיוטים, באַזונדערס וועגן דעם באַניץ פון לשונות וואָס קענען אויסלייגן גלייַך ווי ליבע לידער צווישן אַ מאַן און אַ פרוי, אַפילו אז די כוונה איז געווען צו באַשרייבן די שכינה. ער האָט אויך געהאַלטן אז ס'איז אַבסאָלוט פאַלש צו באַניצן לחנים פון גויים, אָבער דער עיקר פראָבלעם וואס ער האט געהאט איז געווען דער לשון. | |||
פון דער אנדערע זייט האָבן פיל גדולים געענטפערט, אַז די כוונה איז געווען הייליג, און אז פיל חכמים פלעגן שרייבן פיוטים אויף לחנים פון גויים און אפילו מיט לשון נופל על לשון. | |||
אין "ספר החזיונות", געשריבן דורך רבי חיים וויטאל, ווערט געבראַכט אַ מעשׂה פון אַ "רוח" (גייסט) וואָס האָט אַרויסגעזאָגט שווערע באַשולדיקונגען קעגן רבי ישראל נג'אַראַ, אַז ער האָט געפירט אַן אומפּאַסנדן לעבנס־שטייגער. די באַשולדיקונגען שליסן איין: זיין שטענדיג שיכור, רעדן גראָבע רייד, זינגען אָן אָן אַ באַקליידונג, און אומפּאַסנדע באַציאונגען. די "רוח" האָט אַפילו געזאָגט, אַז עס איז פאַרבאָטן צו רעדן מיט אים אָדער צו זינגען זיינע לידער. | אין "ספר החזיונות", געשריבן דורך רבי חיים וויטאל, ווערט געבראַכט אַ מעשׂה פון אַ "רוח" (גייסט) וואָס האָט אַרויסגעזאָגט שווערע באַשולדיקונגען קעגן רבי ישראל נג'אַראַ, אַז ער האָט געפירט אַן אומפּאַסנדן לעבנס־שטייגער. די באַשולדיקונגען שליסן איין: זיין שטענדיג שיכור, רעדן גראָבע רייד, זינגען אָן אָן אַ באַקליידונג, און אומפּאַסנדע באַציאונגען. די "רוח" האָט אַפילו געזאָגט, אַז עס איז פאַרבאָטן צו רעדן מיט אים אָדער צו זינגען זיינע לידער. | ||
פון דער אַנדערער זייט, זענען דאָ פיל וואָס לייקענען אָדער פרעגן אָן די קוואַלן פון די באַשולדיקונגען. פיל חכמים האָבן גע'פסק'נט, אַז מען טאָר נישט פאַרלאָזן זיך אויף רוחות, וואָס קענען פאַלש זיין. נאך מער, אין אנדערע כתבי ידות פון דער זעלבער מעשׂה, ווערן די | פון דער אַנדערער זייט, זענען דאָ פיל וואָס לייקענען אָדער פרעגן אָן די קוואַלן פון די באַשולדיקונגען. פיל חכמים האָבן גע'פסק'נט, אַז מען טאָר נישט פאַרלאָזן זיך אויף רוחות, וואָס קענען פאַלש זיין. נאך מער, אין אנדערע כתבי ידות פון דער זעלבער מעשׂה, ווערן די באַשולדיגונגען אינגאנצן נישט דערמאָנט, אָדער זענען זיי פיל לייכטער, און ס'איז אפילו דאָ שבחים פון נאג'אַראַ'ס פּיוטים פונעם אַריז"ל גופא. | ||
דער [[חתם סופר]] האָט עטליכע יאָרן נישט געזונגען "יה ריבון עלם". ווען זיין זון, רבי שמעון סופר, האָט אים געפרעגט פאַר וואָס, האָט דער חתם סופר געענטפערט: "טרם אגלה לך טעמי, נח לי שתשירו אותו" (איידער איך וועל דיר מגלה זיין מיין טעם, בעסער זאָלסטו עס זינגען). פון דעם טאָג אָן, האָט דער חתם סופר יאָ אָנגעהויבן צו זינגען דעם פיוט ביי זיין טיש. | |||
טייל האָבן געמיינט, אַז דער טעם פון חתם סופרס ערשטן אָפּהאַלט איז געווען צוליב די מעשׂיות פון "ספר החזיונות". אַנדערע טענהן, אַז דער טעם איז געווען ווייל דער פיוט איז באַזירט אויף די ווערטער וואָס נבוכדנצר האָט געזאָגט אין דניאל, און די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאָגט, אַז רבי יצחק האָט געוואָלט גיסן הייסע גאָלד אין זיין מויל פאַר די דאָזיקע ווערטער. | טייל האָבן געמיינט, אַז דער טעם פון חתם סופרס ערשטן אָפּהאַלט איז געווען צוליב די מעשׂיות פון "ספר החזיונות". אַנדערע טענהן, אַז דער טעם איז געווען ווייל דער פיוט איז באַזירט אויף די ווערטער וואָס נבוכדנצר האָט געזאָגט אין דניאל, און די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאָגט, אַז רבי יצחק האָט געוואָלט גיסן הייסע גאָלד אין זיין מויל פאַר די דאָזיקע ווערטער. | ||
כהיום איז "יה ריבון עלם" פאַרבליבן איינער פון די מערסטע באַליבטע פיוטים. און ווערט געזונגען אין אלע קרייזן. | |||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
*https://orot.ac.il/עיונים-בסידור-התפילה-י-ה-ריבון-עולם | *https://orot.ac.il/עיונים-בסידור-התפילה-י-ה-ריבון-עולם | ||
*{{הפיוט והתפילה|48}} | *{{הפיוט והתפילה|48}} | ||
*{{לינק|אדרעס=https://drive.google.com/file/d/1QgNe-CNs_vddD_Vt5BFadPp0-nJ3Koyw/view|שרייבער=מכון עתיקין|קעפל=גליון עתיקין, נומער 23, ניגון 1|עמודים=5-7|דאטום=טבת תשפ"ד}} | *{{|לינק|אדרעס=https://drive.google.com/file/d/1QgNe-CNs_vddD_Vt5BFadPp0-nJ3Koyw/view|שרייבער=מכון עתיקין|קעפל=גליון עתיקין, נומער 23, ניגון 1|עמודים=5-7|דאטום=טבת תשפ"ד}} | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
[[he:י-ה ריבון עלם]] | [[he:י-ה ריבון עלם]] | ||