אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה הורוויץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(מינדערוויכטיג)
אין תקציר עריכה
 
שורה 4: שורה 4:
==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
[[טעקע:מצבת קברו של הרב יהודה הורביץ מדז'יקוב.jpg|קליין|די מציבה אין ענפיעלד בית החיים אין לאנדאן]]
[[טעקע:מצבת קברו של הרב יהודה הורביץ מדז'יקוב.jpg|קליין|די מציבה אין ענפיעלד בית החיים אין לאנדאן]]
יהודה הורוויץ איז געבוירן אין [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], [[י"ח אלול]] [[ה'תרס"ה|ה'תרס"ה,]] צו זיין פאטער הר"ר [[רבי אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ]], דער דזשיקאווער רבי,{{הערה|1=[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=24503&st=&pgnum=33&hilite=  הגה"ק רבי יהודה הורביץ זצוק"ל] אין [[דאס אידישע ווארט]], נומער 284}} און זיין מאמע, חוה האגער, א טאכטער פונעם [[רבי ישראל האגער (אהבת ישראל)|אהבת ישראל]] פון [[וויזשניץ]]. ער איז געווען א תלמיד אין [[נגלה]] פון הר"ר [[מאיר אריק]], דער טארנער רב, ביי וועמען ער האט געלערנט פינף יאר. ער האט חתונה געהאט מיט מרים, א טאכטער פון זיין פעטער הר"ר [[רבי חיים מאיר האגער]].
יהודה הורוויץ איז געבוירן אין [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], [[י"ח אלול]] [[ה'תרס"ה|ה'תרס"ה,]] צו זיין פאטער הר"ר [[רבי אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ]], דער דזשיקאווער רבי,{{הערה|1=[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=24503&st=&pgnum=33&hilite=  הגה"ק רבי יהודה הורביץ זצוק"ל] אין [[דאס אידישע ווארט]], נומער 284}} א זון פון רבי יהושע'לע מדזיקוב, דער בעל עטרת ישועה.
 
זיין מאמע, חוה האגער, איז געווען א טאכטער פונעם [[רבי ישראל האגער (אהבת ישראל)|אהבת ישראל]] פון [[וויזשניץ]]. רבי יהודה'לע איז ערצויגן געווארן אין שאטן פון זיין זיידן, דער בעל אהבת ישראל.
 
ער איז געווען א תלמיד אין [[נגלה]] פון הר"ר [[מאיר אריק]], דער טארנער רב, ביי וועמען ער האט געלערנט פינף יאר.


ביי די צוואנציג יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון הרב [[אברהם מענדל שטיינבערג]], [[בראד]]ער רב. אויך האט אים פארהערט זיין פעטער [[רבי חיים האגער (אנטוניא)|רבי חיים האגער]] פון אנטאניע. ער האט זיך געהאלטן אין פארבינדונג מיטן [[באיאן (חסידות)|באיאנער]] רבי'ן, [[רבי משה פרידמאן (באיאן)|משה פרידמאן]].
ביי די צוואנציג יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון הרב [[אברהם מענדל שטיינבערג]], [[בראד]]ער רב. אויך האט אים פארהערט זיין פעטער [[רבי חיים האגער (אנטוניא)|רבי חיים האגער]] פון אנטאניע. ער האט זיך געהאלטן אין פארבינדונג מיטן [[באיאן (חסידות)|באיאנער]] רבי'ן, [[רבי משה פרידמאן (באיאן)|משה פרידמאן]].


אין תרצ"ז איז ער געווארן א [[דיין]] אין [[קלויזענבורג (שטאט)|קלויזענבורג]].  
אין יאר ה'תרע"ח האט ער חתונה געהאט מיט מרים, א טאכטער פון זיין פעטער, דער בעל [[רוי:רבי חיים מאיר האגער|אמרי חיים]] פון וויזניץ, וועלכער האט דאן געוואוינט אין [[רוי:גרויסווארדיין|גרויסווארדיין]].
 
אין תרצ"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס [[דיין]] אין [[קלויזענבורג (שטאט)|קלויזענבורג]]. 
 
נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער אימיגרירט קיין [[ארץ ישראל]]; צוערשט האט ער זיך באזעצט אין  [[תל אביב]] און נאכדעם אין [[ירושלים]].


ער האט אימיגרירט אין [[ארץ ישראל]]; צוערשט האט ער זיך באזעצט אין  [[תל אביב]] און נאכדעם אין [[ירושלים]].
רבי יהודה'לע פלעגט אלע יארן ליידן פון קאפ שמערצן. פיל מאל איז ער געגאנגען מיט א נאסע שמאטע ארומגעוויקלט אויף זיין קאפ צו לינדערן זיינע שמערצן. טראץ זיינע יסורים האט ער נישט פארמינערט פון זיין התמדת התורה.


ער איז נפטר געווארן י"א סיון תשמ"ט און ער ליגט אינעם [[ענפילד]] בית עולם, וואו מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר. יעדעס יאר אויף זיין יארצייט פארן טויזנטער אידן אויף זיין ציון.
ער איז נפטר געווארן י"א סיון תשמ"ט און ער ליגט אינעם [[ענפילד]] בית עולם, וואו מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר. יעדעס יאר אויף זיין יארצייט פארן טויזנטער אידן אויף זיין ציון.

יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:30, 11 יוני 2025

הרב יהודה (באקאנט אלס רבי יהודה'לע) הורוויץ (י"ח אלול ה'תרס"ה, וויזשניץ - י"א סיון ה'תשמ"ט, לאנדאן) איז געווען דער דזשיקאווער רבי, וואס האט געוואוינט בסוף ימיו אין לאנדאן, ענגלאנד.


ביאגראפיע

די מציבה אין ענפיעלד בית החיים אין לאנדאן

יהודה הורוויץ איז געבוירן אין וויזשניץ, י"ח אלול ה'תרס"ה, צו זיין פאטער הר"ר רבי אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ, דער דזשיקאווער רבי,[1] א זון פון רבי יהושע'לע מדזיקוב, דער בעל עטרת ישועה.

זיין מאמע, חוה האגער, איז געווען א טאכטער פונעם אהבת ישראל פון וויזשניץ. רבי יהודה'לע איז ערצויגן געווארן אין שאטן פון זיין זיידן, דער בעל אהבת ישראל.

ער איז געווען א תלמיד אין נגלה פון הר"ר מאיר אריק, דער טארנער רב, ביי וועמען ער האט געלערנט פינף יאר.

ביי די צוואנציג יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון הרב אברהם מענדל שטיינבערג, בראדער רב. אויך האט אים פארהערט זיין פעטער רבי חיים האגער פון אנטאניע. ער האט זיך געהאלטן אין פארבינדונג מיטן באיאנער רבי'ן, משה פרידמאן.

אין יאר ה'תרע"ח האט ער חתונה געהאט מיט מרים, א טאכטער פון זיין פעטער, דער בעל אמרי חיים פון וויזניץ, וועלכער האט דאן געוואוינט אין גרויסווארדיין.

אין תרצ"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין קלויזענבורג.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער אימיגרירט קיין ארץ ישראל; צוערשט האט ער זיך באזעצט אין תל אביב און נאכדעם אין ירושלים.

רבי יהודה'לע פלעגט אלע יארן ליידן פון קאפ שמערצן. פיל מאל איז ער געגאנגען מיט א נאסע שמאטע ארומגעוויקלט אויף זיין קאפ צו לינדערן זיינע שמערצן. טראץ זיינע יסורים האט ער נישט פארמינערט פון זיין התמדת התורה.

ער איז נפטר געווארן י"א סיון תשמ"ט און ער ליגט אינעם ענפילד בית עולם, וואו מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר. יעדעס יאר אויף זיין יארצייט פארן טויזנטער אידן אויף זיין ציון.

רביסטיווע

כאטש די דזשיקאווער חסידים האבן אים געמוטשעט ער זאל ווערן זייער רבי, האט ער נישט געוואלט פירן קיין רביסטיווע. דער רבי האט זיך געזעצט לערנען אין דעם דושינסקיער כולל "תרביצ"א". דארט איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש הכולל און האט פארגעלערנט טעגליכע שיעורים בעיון רב.

נאר בסוף ימיו האט ער אנגעהויבן צו נעמען קוויטלעך. צוליב זיין קראנקייט האט ער געצויגן אין תשמ"ה קיין לאנדאן, וואו ער האט באקומען א נאמען אלס רבי.

ספרים

זיין לעבנסגעשיכטע איז געשריבן אין זכר צדיק לברכה און כבתה השלהבת


רעפערענצן

  • יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 275

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!