אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרובה"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
9,715 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
ק (←‏אין הלכה און מנהג: רעדאגירונג)
(←‏אין הלכה און מנהג: פארברייטערט)
שורה 52: שורה 52:


==אין הלכה און מנהג==
==אין הלכה און מנהג==
דאס זאגן פיוטים אלס ערזאץ אדער צוגאב צום אלגעמיינעם ליטורגיע האט אנטוויקלט חלוקי דיעות צווישן די שטיצער און קעגנער דערפון דורכאויס די דורות. דער עיקר איבער די זייטיגע הלכות און בקשות מיט וואס די פיוטים זענען פול, און פארן זיך נישט צאם אלס טייל פונעם דאווענען.
די טענות זענען באזירט אויף די גמרא אין מסכת מגילה{{הערה|יז:}} אז די אכצן ברכות זענען באשטימט געווארן דורך הונדערט און צוואנציג זקנים צווישן זיי א צאל נביאים, און דער דין אז מען טאר נישט בעטן די אייגענע געברויכן דורכאויס די ערשטע דריי און לעצטע דריי ברכות{{הערה|ברכות לד.}}. אויף דעם באזיס שרייבט דער [[רבינו חננאל]] אז די חזנים וואס לאזן איבער דעם נוסח הברכה און זאגן קרובות ביי די ערשטע דריי ברכות טוען נישט ריכטיג.
[[רבינו גרשום מאור הגולה]] מאכט דאס אבער אוועק אין א תשובה לגבי א חבר וואס האט אנגעוויזן נישט צו זאכן קיין קרובות אום ימים נוראים און ימים טובים, ציטירנדיג דעם לשון פון די גאונים אז פאר צרכי רבים מעג יא בעטן אויך אין די ערשטע ברכות, און אז אזוי לאנג ווי מען האלט זיך צום ענין פון די ברכה איז עס נישט קיין פראבלעם{{הערה|ציטירט אין שבלי הלקט סימן כח}}. אזוי שרייבן אויך די גאונים אין א תשובה צולייגנדיג אז אזוי איז דער מנהג אין אלע ערטער, און אין ארץ ישראל, און אין די צוויי ישיבות אין בבל{{הערה|{{אוצר החכמה|2=תשובות הגאונים|3=193468|מקום הוצאה=ניו-יארק|שנת הוצאה=תשנ"ה|מו"ל=אלעזר הורביץ|4=חלק ב' סימן פא, און סימן צט}}}}. און דאס זעלבע שרייבט רש"י אין א תשובה{{הערה|ספר הפרדס הגדול סימן קעג-קעד}}, און אזוי שטייט אויך אין תוספות{{הערה|תוספות ברכות לד, א ד"ה אל ישאל אדם צרכיו לא בג' ראשונות ולא בג' אחרונות; געברענגט אין רא"ש}}.


אויך דער טור טראץ וואס פון די יוצרות אינערהאלב ברכת קריאת שמע איז ער נישט אזוי צופרידן{{הערה|טור אורח חיים סימן סח}}, אבער לגבי די קרובות פון שמונה עשרה ברענגט ער אראפ גלייכגילטיג די שיטת המתירים אן דערמאנען א חולק{{הערה|טור אורח חיים סימן קיב}}. דער [[בית יוסף]] פסק'עט אבער אין [[שולחן ערוך]] אז מען זאל נישט זאגן קיין פיוטים אדער קרובץ אינמיטן דאווענען. דער [[רמ"א]] רעאגירט אבער דערויף אז פארהאן וואס זענען דאס מתיר, וויבאלד עס איז צרכי רבים, און אז איבעראל פירט מען זיך טאקע דאס יא צו זאגן. אסאך אחרונים זענען מכריע אז ביי ברכת קריאת שמע זאל מען נישט זאגן קיין יוצרות, אבער ביי חזרת הש"ץ זאל מען יא זאגן{{הערה|שו"ת שער אפרים סימן יג; שולחן ערוך הרב סימן סח; ערוך השולחן סימן סח; און נאך}}.


דער רדב"ז איז מאריך אין א תשובה איבער די גרויסקייט פון די פיוטים און אז מען טאר נישט טוישן פון דעם מנהג{{הערה|חלק ג' סימן תקלב}}, דער חיד"א ברענגט פון א כתב יד, אז אין יאר תתקס"ג האט רבינו יעקב ממרויש אנגעפרענגט אין הימל איבער די פיוטים פון די ערשטע דריי ברכות און די ברכות קרי"ש, און מען האט געענטפערט אז מען זאל דאס יא זאגן{{הערה|מחזיק ברכה, אורח חיים קיב, א; ווערט אויך געברענט אין רדב"ז ח"ג סימן תקלב}}. דער חיד"א שרייבט אבער אז מען זאל זיך צוריקהאלטן פון זאגן פיוטים, אבער מען זאל דאס נישט ארויסווייזן, צוליב מחלוקת און צוליב'ן כבוד פון די גדולים וואס האבן דאס מתקן געווען און זאגן דאס יא{{הערה|מחזיק ברכה, אורח חיים קיב, א; ברכי יוסף אות ב}}. אויך דער מקובל [[רבי חיים וויטאל]] פלעגט נישט זאגן קיין פיוטים פאר זיך, בלויז ווען ער איז צוגעגאנגען צם עמוד האט ער יא געזאגט, נישט צו טוישן פונעם מנהג. דער גר"א פלעגט נישט זאגן קיין קרובץ אום די שבתים און אום די ארבע פרשיות און אום שבת הגדול פלעגט ער זאגן די פיוטים נאך שחרית איידער קריאת התורה, אבער די קרובות פון ימים טובים פלעגט ער יא זאגן אינמיטן דאווענען{{הערה|מעשה רב, ווילנא תרמז, סימן קכז; שערי רחמים, ווילנא תרל"א, אות צא}}. פארהאן וואס פירן זיך אז די פיוטים וואס מען לאזט אויס ביים דאווענען, זינגט מען שפעטער ביים סעודה.


[[רבי חיים בנבנשתי]] ברענגט אז דער ספרדישער מנהג איז נישט צו זאגן קיין פיוטים ביי חזרת הש"ץ, אויסער ראש השנה און יום כיפור ווען מען זאגט צווישן די ברכה פון "גבורות" און "קדושת ה' " א סדר קדושות פון [[רבי יהודה הלוי]]. ער ערקלערט אז דאס מעג מען יא וויבאלד עס איז מעין פון "קדושה" און האט א דין פון די קדושה זעלבסט{{הערה|שיירי כנסת הגדולה, אורח חיים סימן קיב}}.
נאך א באמערקונג וואס די פוסקים האבן געמאכט לגבי די פיוטים, איז דאס וואס צוליב דער אריכות און שווער לשון ברענגט דאס צו אויסרעדן און פארוויילן אינמיטן דאווענען. דער פרי חדש שרייבט{{הערה|אורח חיים סימן קיב}} אז די פיוטים זענען פארפאסט געווארן פאר די דורות אזויווי דעם קליר'ס, אבער נישט פאר די היינטיגע צייטן וואס די אריכות פון די פיוטים ברענגט אז מען איז מפסיק אינמיטן דאווענען און שמועסט איינער מיט צווייטן, און עס העלפט נישט דאס מוסר זאגן זיי, דערפאר זאל מען מקצר זיין מיט פיוטים דאס מערסטע מעגליך. אויך דער יעבץ שרייבט אז טראץ וואס מען קען מלמד זכות אויפ'ן מנהג, איז ער נישט צופרידן דערפון, באזונדער צוליב די שווערע לשונות וואס די פיוטים נוצן{{הערה|מור וקציעה סימן סח}}. ווידעראום דער טורי זהב שרייבט אז מען זאל זיך פארקוקן די פיוטים וויבאלד מען דארף פארשטיין די טייטש{{הערה|אורח חיים סימן ק}}.
דער קב הישר שרייבט: "עס זאל נישט זיין גרינג אין דיינע אויגן דאס זאגן די פיוטים פון קרוב"ץ, עס איז א חיוב אויף יעדן מענטש צו זאגן די פיוטים מיט שמחה און מיט כוונת הלב און מיט א קלארע שטימע, וויבלאלד אין יעדן פיוט זענען פארהאן ווינדערליכע סודות, און די פיוטים זאלן נישט זיין צולאסט, וויל זיי זענען נתחבר געווען אויף די עצה פון די מלאכי מעלה וואס האבן זיך אנטפלעקט צו רבי אלעזר הקלירי, וואס ער האט מסדר געווען די פיוטים לויט די סדר פון א"ב ג"ד און תשר"ק ווייל אזוי זינגט מען און לויבט מען אין הימל. און עס איז דא א קבלה פון די זקינים און חסידים אז ווער עס פארנאכלעסיגט אין זאגן די קרוב"ץ און זאגט אז עס נישט קיין חיוב, איז נישט מאריך ימים ח"ו, וויבאלד אלע אינדעווידועלן וואס האבן פארפאסט די פיוטים זענען געווען גדולי הדור און אנשי מעשה וואס איז פאר זיי געטון געווארן א צאל ניסים בי זייער לעבן און נאך זייער הסתלקות". ער פירט אויס אז מען זאל אינזין האבן די נעמען פון די מחברים וואס זענען מרוומז אין די פיוטים, וויבאלד זיי האבן א נחת רוח דערפון{{הערה|פרק פו}}.


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==

נאוויגאציע מעניו