בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,368
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
(דער טראנסקריפט האט דער רמב"ן מסתמא געשריבן שוין זייענדיג אינדרויסן פון בארצעלאנע) |
||
| שורה 3: | שורה 3: | ||
[[טעקע:Beit HaTfutzot 20162029-438.jpg|קליין|אילוסטראציע פונעם ויכוח, אינעם [[בית התפוצות|אנו - מוזעאום פון אידישן פאלק]]]] | [[טעקע:Beit HaTfutzot 20162029-438.jpg|קליין|אילוסטראציע פונעם ויכוח, אינעם [[בית התפוצות|אנו - מוזעאום פון אידישן פאלק]]]] | ||
[[טעקע:Nahmanides painting.jpg|קליין|מאלעריי פון רמב"ן]] | [[טעקע:Nahmanides painting.jpg|קליין|מאלעריי פון רמב"ן]] | ||
דער '''ויכוח הרמב"ן''', (אויך באוואוסט אלס '''ויכוח בארצעלאנע'''), איז געווען א פארמאלע דעבאטע צווישן דער [[רמב"ן]], א פירנדער ראשון, פילאזאף, דאקטער, מקובל און מפרש התנ"ך, און דער [[דאמיניקאנער]] מאָנאַך פּאַבלאָ (פּאולוס) קריסטיאני, א משומד וועם דער רמב"ן רופט "פראי פול". עס איז פארגעקומען אין קעניגליכן פאלאץ פון דזשעימס (חיימע) דער ערשטער, קעניג פון [[אראגאן|אַראַגאָן]] (היסטארישער געביט אין שפאניע) אין אנוועזנהייט פונעם קעניג, זיין הויף, און פילע פּראמינענטע קירכליכע מכובדים און ריטער. | |||
די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג אין יולי 1263 (ה'כ"ג) אין שטאט [[בארצעלאנע]] אין קאטאלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל. | די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג אין יולי 1263 (ה'כ"ג) אין שטאט [[בארצעלאנע]] אין קאטאלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל. | ||
| שורה 9: | שורה 9: | ||
קריסטיאני פלעגט פרעדיגן צו די אידן פון [[פראווענצע|פּראָווענצע]]. ער האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן. דער רמב"ן האט איינגעשטימט צו אנטיילנעמען און ער איז געגעבן געווארן פרייהייט צו רעדן ווי ער באגערט. | קריסטיאני פלעגט פרעדיגן צו די אידן פון [[פראווענצע|פּראָווענצע]]. ער האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן. דער רמב"ן האט איינגעשטימט צו אנטיילנעמען און ער איז געגעבן געווארן פרייהייט צו רעדן ווי ער באגערט. | ||
צווישן די קריסטליכע דיספּוטאנטן זענען געווען | צווישן די קריסטליכע דיספּוטאנטן זענען געווען רעימאנד מארטיני, ארנאלד דע סעגארא, און נאך גלחים אין שפיץ פון רעימאנד דע-פעניאפארט, דער הויפט פון די דאמיניקאנער גלחים, וועלכער האט אראנזשירט דעם ויכוח. דער איינציגער פאָרשטייער פאר דער אידישער זייט איז געווען דער רמב"ן. די פיר סעסיעס פונעם ויכוח זענען פארגעקומען יולי 20, 27, 30 און 31, 1263 (לויט אן אנדער רעכענונג, יולי 20, 23, 26 און 27). | ||
צוויי שילדערונגען וועגן דער ויכוח, איינס אויף לשון-קודש געשריבן דורכ'ן רמב"ן און א קורצערע אויף [[לאטיין]], זענען די הויפט קוואלן פאר דער געשיכטע פון דעם וויכטיגן עפּיזאד אין אידיש-קריסטליכן פאלעמיק. לויט ביידע מקורות, זענען די איניציאטיוו פון דער ויכוח און איר אגענדע געשטעלט געווארן דורך די קריסטליכע זייט, כאטש דער רמב"ן'ס שילדערונג לאזט שפירן א שטערקערע באטייליגונג פון רמב"ן אין פינאליזירן די פונקטן צו ווערן דיסקוסירט. במשך דער דעבאטע האט אבער דער רמב"ן בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער. | צוויי שילדערונגען וועגן דער ויכוח, איינס אויף לשון-קודש געשריבן דורכ'ן רמב"ן און א קורצערע אויף [[לאטיין]], זענען די הויפט קוואלן פאר דער געשיכטע פון דעם וויכטיגן עפּיזאד אין אידיש-קריסטליכן פאלעמיק. לויט ביידע מקורות, זענען די איניציאטיוו פון דער ויכוח און איר אגענדע געשטעלט געווארן דורך די קריסטליכע זייט, כאטש דער רמב"ן'ס שילדערונג לאזט שפירן א שטערקערע באטייליגונג פון רמב"ן אין פינאליזירן די פונקטן צו ווערן דיסקוסירט. במשך דער דעבאטע האט אבער דער רמב"ן בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער. | ||
| שורה 52: | שורה 52: | ||
דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט. | דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט. | ||
שפעטער האט דער רמב"ן געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן | ==נאכווירקונגען== | ||
שפעטער האט דער רמב"ן געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן א טראנסקריפט פונעם ויכוח און עס פארשפרייט. | |||
דער ויכוח האט געהאט ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. צווישן דעם 26טן און 29טן אויגוסט 1263, האט דזשעימס דער ערשטער באפוילן ארויסצונעמען פון דער גמרא די שטיקלעך וואס זענען געווארן באטראכט אלס באליידיגנד. דאס נישט צו טון איז געווארן באשטראפט מיט א קנס, און ספרים וואס זענען נישט געווארן צענזורירט ווי פארלאנגט זענען געווארן פארברענט. אויך די משנה תורה פון רמב"ם איז פאר'משפט געווארן צו ווערן פארברענט צוליב די רעפערענצן צום אותו האיש אין הלכות מלכים. | |||
דער בישאף פון געראנא האט שפעטער ערהאלטן א קאפּיע פון רמב"ן'ס שילדערונג פונעם ויכוח. פילייכט דורך זיין פארמיטלונג, זענען דאן אין יאר 1265 איינגעלייטעט געווארן פארהאנדלונגען קעגן רמב"ן פארנט פון דער אינקוויזיציע געריכט, אויף דער באשולדיגונג אז ער האט געלעסטערט יאשקע. דזשעימס'ס פלאן אים צו פאראורטיילן צו צוויי יאר חרם און צו פארדאמען זיין חיבור אויף די ויכוח צו ווערן פארברענט, האט קלאר נישט באפרידיגט די דאמיניקאנער. ער האט דעריבער באפוילן די קעיס צו פארהאנלען פאר אים פערזענליך, פלאנענדיג עס צו פארציען ביז דער פאנאטיזם וועט נאכלאזן. | |||
די קריגערישע קריסטליכע רעליגיעזע גרופעס האבן געדינט ווי דער אינסטרומענט פון דער קירכע אין איר קריג קעגן אידישקייט. אויף דער בקשה פון די מאנאכן האט דער פּויפּסט קלעמענט דער פערטער באפוילן דעם ארכיבישאף פון טאַראַגאָנאַ צו זאמלען אלע די אידישע ביכער אין די מלכות פון אַראַגאָן און זיי איבערגעבן פאר די דאָמיניקאַנער און פראַנציסקאַנער צו דורכקוקן; פאולוס קריסטיאני איז רעקאמענדירט געווארן אלס א טראסטבארער און פעאיגער געהילף פאר דעם אויפגאבע. | |||
אין שפעטערדיגע ויכוחים ווי [[וויכוח טאראטאסע]], איז ציטירט געווארן טענות פון דעם וויכוח. | אין שפעטערדיגע ויכוחים ווי [[וויכוח טאראטאסע]], איז ציטירט געווארן טענות פון דעם וויכוח. | ||
רעדאגירונגען