אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:מעוז צור"

4,212 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 11 חדשים
←‏לעצטער בית: פארברייטערט
(פארברייטערט)
(←‏לעצטער בית: פארברייטערט)
שורה 64: שורה 64:


===לעצטער בית===
===לעצטער בית===
דער לעצטער בית "חשוף זרוע קדשיך", וואס טראגט די ראשי תיבות פון "חזק", אן אלגעמיינער ערשיינונג ביי פייטנים צו ערגענצן די אקראסטיך פון זייערע פיוטים, ערשיינט נישט אין די ערשטע מקורות פון דעם זמר, דאס ברענגט אויף די פראגע אויב דאס איז פארפאסט געווארן דורכ'ן זעלבן מחבר פונעם גאנצן שיר, אדער איז עס צוגעטשעפעט געווארן שפעטער.  
דער לעצטער בית "חשוף זרוע קדשיך", וואס טראגט די ראשי תיבות פון "חזק", אן אלגעמיינער ערשיינונג ביי פייטנים צו ערגענצן די אקראסטיך פון זייערע פיוטים, ערשיינט נישט אין די ערשטע מקורות פון דעם זמר, און אויך נישט שפעטער אין פילע דרוקן, דערפאר זענען דא וואס זאגן אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורכ'ן זעלבן מחבר פונעם גאנצן שיר, נאר עס עס צוגעטשעפעט געווארן שפעטער{{הערה|{{היברובוקס|2=סדר עבודת ישראל|3=42807|page=459}}}}{{הערה| גבריאל וסרמן, "Liturgical poems of Ḥanukka from Europe", חלק א עמוד 102}}. און אזוי שטייט אויך אינעם ערשטן דרוק וואו מען געפונט דעם ביתת "חשוף"{{הערה|ספר קיצור של"ה ([[פיורדא]], תמ"ב)}}.


אין קעגנזאץ צו די אנדערע הוספות צו דעם פיוט, פארמאגט דער דאזיגער בית אקוראט דער זעלבער סטיל און געבוי פון דעם בית איז ווי די אנדערע בתים, ווי אויך פארענדיגט עס שיין דעם זמר מיט אן אויספיר פון האפענונג. אזוי זעט מען אויך פונעם זמר "מצור באתה העיר", וואס איז פארפאסט געווארן אין סוף [[12'טן יאר הונדערט]], אויפ'ן זעלבן סגנון פון מעוז צור, און עס פארמאגט אויך אן ענליכער אויספיר מיט'ן אקראסטיך "חזק"{{הערה|אברהם פרנקל, הזמר על הצלת וורמייזא וזמן חיבורו של 'מעוז צור', המעין נד-ב, זייט 11}}.
אנדערע ווייזן אבער אן אז אין קעגנזאץ צו די אנדערע הוספות צו דעם פיוט, פארמאגט דער דאזיגער בית אקוראט דער זעלבער סטיל און געבוי פון דעם בית איז ווי די אנדערע בתים, ווי אויך פארענדיגט עס שיין דעם זמר מיט אן אויספיר פון האפענונג. אזוי זעט מען אויך פונעם זמר "מצור באתה העיר", וואס איז פארפאסט געווארן אין זעלבן תקופה און איז אויפ'ן זעלבן סגנון פון מעוז צור, פארמאגט אויך אן ענליכער אויספיר מיט'ן אקראסטיך "חזק", דעריבער קומען זיי צו א מסקנה אז עס איז בעצם יא א טייל פונעם זמר, נאר איז ארויסגעלאזט געווארן צוליב'ן [[צענזור]] וויבאלד עס פארמאגט די ווערטער "נְקֹם נִקְמַת עֲבָדֶיךָ מֵאֻמָּה הָרְשָׁעָה", און דערנאך "דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן"{{הערה|אברהם פרנקל, הזמר על הצלת וורמייזא וזמן חיבורו של 'מעוז צור', המעין נד-ב, זייט 11}}.
 
די ווערטער "דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן", זענען פארהאן וואס לערנען פשט אז עס ליגט אין דעם א תפילה צום מפלה פונעם קעניג[[פרידריך דער ערשטער פון פרייסן]], וואס האט געהאט דעם צונאמען "רויטבארד" {{אי| Barbarossa}}, און האט געפירט צום דריטן קרייצוג. טייל זעען אויך אין "צלמון" א רמז אויפ'ן ארט וואו ער איז געהארגעט געווארן{{הערה|לוינסקי}}. אנדערע זאגן אבער אז דאס באציט זיך אין אלגעמיין צום גלות אדום, וועם ער רופט אן "אדמון", און ער בעט מען זאל דאס שיקן צום "צלמון" - דער [[גיהנום]] וואס ווערט גערופן "צלמות". און איז אויך מרמז אויפ'ן [[קרייץ]] צו וואס די קריסטן פארבינדן זיך{{הערה|ליפסון}}. 
 
אין געוויסע סידורים{{הערה|כתר נהורא, בית יעקב}} איז פארהאן אן אנדער נוסח אין דעם לעצטן בית, וואס איז ווארשיינליך פארענדערט געווארן צוליב צענזור אדער אויס מורא פון די גוים, און אנשטאט די ווערטער "נְקֹם נִקְמַת עֲבָדֶיךָ מֵאֻמָּה הָרְשָׁעָה" ערשיינט "עשה נא למען שמך להיות לנו תשועה" און דערנאך "מחה פשע וגם רשע" אנשטאט "דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן".
 
וויבאלד אין גרויסטייל ערשיינט נישט קיין אויספיר בית וואס זאל ערגענצן דעם פיוט איבער דעם לעצטן גלות און האפענונג פאר א ישועה, זענען פארהאן א צאל מחברים וואס האבן צוגעטשעפעט א בית וואס זאל אריינפאסן און ערגענצן דעם פיוט. אין ספר קיצור של"ה ([[פיורדא]], תמ"ב) עס ערשיינט צום ערשט דער בית "חשוף", אין אן עטוואס אן אנדערע נוסח, אויף וואס דער דרוקער לייגט צו אז היות דער שיר רעדט נאר פון דריי גלות'ן און פארענדיגט נישט אויף גלות אדום האט מען צולייגט הוספות וואס רעדן פון דעם גלות. דערנאך ברענגט ער נא עטליכע השלמות, איינס פון [[רבי משה איסרליס]] מיט די אקראסטיך "משה חזק" וואס איז איינגעפירט אין געוויסע קהילות צו זאגן. און דערנאך נאך איינס פון רבי ירמיה רב פון ווייצבורג, וואס זיין נאמען איז פארצייכנט מיט [[ראשי תיבות]] ביים אנהויב פונעם פיוט, און דערנאך פון רבי שמואל ב"ר דוד הלוי, מחבר פון ספר נחלת שבעה, וואס פארצייכנט זיין נאמען "שמואל הלוי חזק". עס זענען פארהאן נאך א צאל אזעלכי בתים וואס זענען נתחבר געווארן דורכאויס די דורות.


== געבוי ==
== געבוי ==