אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:מעוז צור"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
1,754 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 11 חדשים
←‏אינהאלט: פארברייטערט
ק (←‏אינהאלט: טעות סופר)
(←‏אינהאלט: פארברייטערט)
שורה 24: שורה 24:


דער פיפטער בית גייט אריבער צום [[נס חנוכה]] און שילדערט די [[יוונים]] וואס האבן אויפגבראכן די מויערן פון [[בית המקדש]] און האבן מטמא געווען אלע [[שמן זית]] צו צינדן די [[מנורה]], און פונעם קליינען קריגל איז געשען א נס, דעפאר האט מען באשטימט חנוכה אויף אכט טעג.
דער פיפטער בית גייט אריבער צום [[נס חנוכה]] און שילדערט די [[יוונים]] וואס האבן אויפגבראכן די מויערן פון [[בית המקדש]] און האבן מטמא געווען אלע [[שמן זית]] צו צינדן די [[מנורה]], און פונעם קליינען קריגל איז געשען א נס, דעפאר האט מען באשטימט חנוכה אויף אכט טעג.
דער זעקסטער בית פירט אויס מיט א תפילה אויף גלות [[אדום]], און דריקט אויס האפענונג אויף אן ענדגילטיגע ישועה, און א נקמה אין די רוימישע אימפעריע און אירע נאכפאלגער.
===לעצטער בית===
דער לעצטער בית "חשוף זרוע קדשיך", וואס טראגט די ראשי תיבות פון "חזק", אן אלגעמיינער ערשיינונג ביי פייטנים צו ערגענצן די אקראסטיך פון זייערע פיוטים, ערשיינט נישט אין די ערשטע מקורות פון דעם זמר, דאס ברענגט אויף די פראגע אויב דאס איז פארפאסט געווארן דורכ'ן זעלבן מחבר פונעם גאנצן שיר, אדער איז עס צוגעטשעפעט געווארן שפעטער.
אין קעגנזאץ צו די אנדערע הוספות צו דעם פיוט, פארמאגט דער דאזיגער בית אקוראט דער זעלבער סטיל און געבוי פון דעם בית איז ווי די אנדערע בתים, ווי אויך פארענדיגט עס שיין דעם זמר מיט אן אויספיר פון האפענונג. אזוי זעט מען אויך פונעם זמר "מצור באתה העיר", וואס איז פארפאסט געווארן אין סוף [[12'טן יאר הונדערט]], אויפ'ן זעלבן סגנון פון מעוז צור, און עס פארמאגט אויך אן ענליכער אויספיר מיט'ן אקראסטיך "חזק"{{הערה|אברהם פרנקל, הזמר על הצלת וורמייזא וזמן חיבורו של 'מעוז צור', המעין נד-ב, זייט 11}}.


== געבוי ==
== געבוי ==

נאוויגאציע מעניו