אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף פאפיערניקאוו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
שורה 12: שורה 12:

==זיין ארבעט אלס דיכטער==
==זיין ארבעט אלס דיכטער==
זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. זײַנען לידער פלעגן זיך באַווײַזן אין ייִדישע צײַטשריפטן און צײַטונגען פון פּוילן, ארץ-ישראל, פאַרייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער ("ליטעראַרישע בלעטער", "צוקונפט", "מאָרגן-ישראל", "פּראָלעטאַרישער געדאַנק" (די צײַטונג פון דער פּאַרטיי "פּועלי-ציון"). אין 1927 איז אין וואַרשע דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער". ביז דער צוויטער וועלט-מלחמה זײַנען דערשינען נאָך 8 זײַנע לידער-זאַמלונגען. זינט ישראל איז אומאָפּהענגיק געוואָרן האָט ער רעגולער געשריבן אין דער תל-אָביבער צײַטונג "לעצטע נײַעס" און פאַרעפנטלעכט זײַנע לידער אין דער צײַטשריפט "די גאָלדענע קייט". יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אויך פאַרפאַסט ניגונים פאַר זײַנע לידער. באַזונדער פּאָפלער איז געוואָרן זײַן זינגליד "זאָל זײַן אַז איך בױ אין דער לופֿט מײַנע שלעסער".
זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. זײַנען לידער פלעגן זיך באַווײַזן אין ייִדישע צײַטשריפטן און צײַטונגען פון פּוילן, ארץ-ישראל, פאַרייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער ("ליטעראַרישע בלעטער", "צוקונפט", "מאָרגן-ישראל", "פּראָלעטאַרישער געדאַנק" (די צײַטונג פון דער פּאַרטיי "פּועלי-ציון"). אין 1927 איז אין וואַרשע דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער". ביז דער צוויטער וועלט-מלחמה זײַנען דערשינען נאָך 8 זײַנע לידער-זאַמלונגען. זינט ישראל איז אומאָפּהענגיק געוואָרן האָט ער רעגולער געשריבן אין דער תל-אָביבער צײַטונג "לעצטע נײַעס" און פאַרעפנטלעכט זײַנע לידער אין דער צײַטשריפט "די גאָלדענע קייט". יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אויך פאַרפאַסט ניגונים פאַר זײַנע לידער. באַזונדער פּאָפלער איז געוואָרן זײַן זינגליד "זאָל זײַן אַז איך בױ אין דער לופט מײַנע שלעסער".

יוסף פאַפּיערנינקאָוו לידער האָבן איבערגעזעצט אין העברעיִש אַזעלכע באַרימטע ישראלדיק דיכטער ווי יעקב פיכמאַן, נתן אַלטערמאַן, אלכסנדר פּען, ווי אויך אַנדערע. אין 1988 איז אים צוגעייניקט געוואָרן דער ערן-טיטל "יקיר העיר תל-אָביב-יפו".

שורה 27: שורה 27:
* פון רויטן פראָנט, תל-אָביב, "שטאמען", 1943.  
* פון רויטן פראָנט, תל-אָביב, "שטאמען", 1943.  
* אונטער שוואַרצע הימלען, תל-אָביב, "אייגנס", 1944.  
* אונטער שוואַרצע הימלען, תל-אָביב, "אייגנס", 1944.  
* פֿון ערשטן שניט 1918–1928: וואַרשע – תל-אָביב,‫ תל-אָביב, "אַליין", 1945–1946.  
* פון ערשטן שניט 1918–1928: וואַרשע – תל-אָביב,‫ תל-אָביב, "אַליין", 1945–1946.  
* מייַן ברענענדיקער שטאַם,‫ תל-אָביב, "אַליין", 1945.  
* מייַן ברענענדיקער שטאַם,‫ תל-אָביב, "אַליין", 1945.  
* היימוויי: וואַרשע – תל-אָביב – פּאַריז, תל-אָביב, "אַליין", 1946.  
* היימוויי: וואַרשע – תל-אָביב – פּאַריז, תל-אָביב, "אַליין", 1946.  
שורה 33: שורה 33:
* געקליבענע לידער: פון היים, בונט, קריג און חורבן, ניו יאָרק, "איקוף", [תש"ח?].  
* געקליבענע לידער: פון היים, בונט, קריג און חורבן, ניו יאָרק, "איקוף", [תש"ח?].  
* אַן עלנד הויז: (און אַנדערע דערציילונגען),‫ תל-אָביב, "קליינביבליִאָטעק", 1950.
* אַן עלנד הויז: (און אַנדערע דערציילונגען),‫ תל-אָביב, "קליינביבליִאָטעק", 1950.
* פֿרוכט פון ווינט: (געקליבענע לידער), יאָהאַנעסבורג, "ייִדישע קולטור-פעדעראַציע", 1952. (די צווייטע אויפלאַגע:‫ תל-אָביב, "אַליין", 1980.)
* פרוכט פון ווינט: (געקליבענע לידער), יאָהאַנעסבורג, "ייִדישע קולטור-פעדעראַציע", 1952. (די צווייטע אויפלאַגע:‫ תל-אָביב, "אַליין", 1980.)
* מייַן שיר השירים: לידער פֿון ליבשאַפֿט,‫ תל-אָביב, "ניי לעבן", 1953. (די צווייטע פאַרגרעסערטע אויפלאַגע: "המנורה", 1966.)
* מייַן שיר השירים: לידער פון ליבשאַפט,‫ תל-אָביב, "ניי לעבן", 1953. (די צווייטע פאַרגרעסערטע אויפלאַגע: "המנורה", 1966.)
* דאָס לאַנד פֿון צווייטן בראשית: ארץ-ישראל-לידער און פּאָעמען,‫ תל-אָביב, 1954.
* דאָס לאַנד פון צווייטן בראשית: ארץ-ישראל-לידער און פּאָעמען,‫ תל-אָביב, 1954.
* היימישע און נאָענטע: דערמאָנונגען,‫ תל-אָביב, י"ל פּרץ-ביבליִאָטעק, 1958.  
* היימישע און נאָענטע: דערמאָנונגען,‫ תל-אָביב, י"ל פּרץ-ביבליִאָטעק, 1958.  
* די זון הינטער מיר, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, 1961.  
* די זון הינטער מיר, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, 1961.  
שורה 58: שורה 58:

==וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון==
==וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון==
* "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 7, ניו-יאָרק, 1968, ז. 105–107.
* "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן פון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 7, ניו-יאָרק, 1968, ז. 105–107.
* דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139.
* דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139.
* [[אברהם ליס]], 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', בייַ זיך 22 (תשמ"ג), ז. 64–70.
* [[אברהם ליס]], 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', בייַ זיך 22 (תשמ"ג), ז. 64–70.
* דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', פֿאָלק, וועלט און מדינה 57 (1979), ז. 13–14.
* דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', פאָלק, וועלט און מדינה 57 (1979), ז. 13–14.
* Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181
* Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181

רעוויזיע פון 16:45, 25 נאוועמבער 2022

יוסף פּאַפּיערניקאָוו (וואַרשע [דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע], 1897 אָדער 1899 – תל-אָביב, 1993) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פון די גרונטלייגער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ-ישראל.

לעבנסגעשיכטע

יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון שמואל פּאַפּיערניקאָוון, אַ משכיל און אַ ציוניסטישן טוער, וועלכער האָט געצויגן זײַן חיונה פון אַ יאַטקע. דער קומענדיקער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר און דערנאָך – אין אַ רוסישער רעאַלער גימנאַזיע. דאָס ייִנגל האָט געהאַט אַ שיינע שטימע און אין דער עלטער פון 8 יאָר איז ער אָנגענומען געוואָרן אינעם באַרימטן כאָר פון דער שול אויף טלאָמאַצקע-גאַס אונטער דער אָנפירונג פונעם חזן גרשון סיראָטע.

אַלס דיכטער האָט יוסף פּאַפּיערניקאָוו דעביוטירט אין דער עלטער פון 16 יאָר מיט אַ ליד "דאָס פעלד", וואָס איז פאַרעפנטלעכט געוואָרן אינעם פערטן באַנד פונעם וואַרשעווער ליטעראַרישן מאָנאַטשריפט "יודישע זאַמעלביכער". שוין אין דער פריִער יוגנט האָט ער זיך דערנעענטערט צום סאָציִאַליסטישן ציוניזם און אין אָנהייב 1920ער יאָרן איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פון דער פּאַרטיי לינקע פּועלי-ציון, וועלכע האָט באַטראַכט די הײַנטצײַטיקע ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ וויכטיקן און אפילו צענטראַלן עלעמענט אין דער ייִדישער זעלבסט-אידענטיפיקאַציע.

אין 1924 איז פּאַפּיערניקאָוו עולה געווען קיין ארץ-ישראל. ער האָט געאַרבעט אויפן דורכלייגן שאָסייען און בויען הײַזער אין ראשון-לציון און אין תל-אָביב. אין 1929 איז ער אַוועקגעפאָרן קיין פּוילן און ער האָט געלעבט דאָרט ביז 1933, ווען ער האָט זיך ענדלעך אומגעקערט קיין ארץ-ישראל. ביי דעם ייִדן-חורבן זײַנען אין פּוילן אומגעקומען דעם דיכטערס מוטער, פיר פון פינף זײַנע ברידער, ווי אויך זײַנע פעטערס, מומעס און שוועסטערקינדער.

זיין ארבעט אלס דיכטער

זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. זײַנען לידער פלעגן זיך באַווײַזן אין ייִדישע צײַטשריפטן און צײַטונגען פון פּוילן, ארץ-ישראל, פאַרייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער ("ליטעראַרישע בלעטער", "צוקונפט", "מאָרגן-ישראל", "פּראָלעטאַרישער געדאַנק" (די צײַטונג פון דער פּאַרטיי "פּועלי-ציון"). אין 1927 איז אין וואַרשע דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער". ביז דער צוויטער וועלט-מלחמה זײַנען דערשינען נאָך 8 זײַנע לידער-זאַמלונגען. זינט ישראל איז אומאָפּהענגיק געוואָרן האָט ער רעגולער געשריבן אין דער תל-אָביבער צײַטונג "לעצטע נײַעס" און פאַרעפנטלעכט זײַנע לידער אין דער צײַטשריפט "די גאָלדענע קייט". יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אויך פאַרפאַסט ניגונים פאַר זײַנע לידער. באַזונדער פּאָפלער איז געוואָרן זײַן זינגליד "זאָל זײַן אַז איך בױ אין דער לופט מײַנע שלעסער".

יוסף פאַפּיערנינקאָוו לידער האָבן איבערגעזעצט אין העברעיִש אַזעלכע באַרימטע ישראלדיק דיכטער ווי יעקב פיכמאַן, נתן אַלטערמאַן, אלכסנדר פּען, ווי אויך אַנדערע. אין 1988 איז אים צוגעייניקט געוואָרן דער ערן-טיטל "יקיר העיר תל-אָביב-יפו".

זײַנע ביכער

  • אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער, וואַרשע, "נײַע קולטור", 1927.
  • רויט אויף שוואַרץ: לידער, וואַרשע, "נײַע קולטור", 1929.
  • גאָלדענע זאַמדן, וואַרשע, "אייגנס", 1932.
  • מיט לענדער גלײַך : פּאַלעסטינער לידער, "אייגנס", 1934.
  • די פיראונצוואנציקסטע שעה: לידער,‫ תל-אָביב, "אייגנס", 1935.
  • פאַר מיר און פאַר אַלע: סאָציִאַלע לידער, תל-אָביב, "אייגנס", 1936.
  • אָנוווּקס: לידער, תל-אָביב, "אייגנס", 1938.
  • אונטער פײַער: לידער,‫ תל-אָביב, "אייגנס", 1939.
  • פון רויטן פראָנט, תל-אָביב, "שטאמען", 1943.
  • אונטער שוואַרצע הימלען, תל-אָביב, "אייגנס", 1944.
  • פון ערשטן שניט 1918–1928: וואַרשע – תל-אָביב,‫ תל-אָביב, "אַליין", 1945–1946.
  • מייַן ברענענדיקער שטאַם,‫ תל-אָביב, "אַליין", 1945.
  • היימוויי: וואַרשע – תל-אָביב – פּאַריז, תל-אָביב, "אַליין", 1946.
  • איבערבלײַב: 1918–1925, וואַרשע–תל-אָביב, תל-אָביב: "אַליין", 1949.
  • געקליבענע לידער: פון היים, בונט, קריג און חורבן, ניו יאָרק, "איקוף", [תש"ח?].
  • אַן עלנד הויז: (און אַנדערע דערציילונגען),‫ תל-אָביב, "קליינביבליִאָטעק", 1950.
  • פרוכט פון ווינט: (געקליבענע לידער), יאָהאַנעסבורג, "ייִדישע קולטור-פעדעראַציע", 1952. (די צווייטע אויפלאַגע:‫ תל-אָביב, "אַליין", 1980.)
  • מייַן שיר השירים: לידער פון ליבשאַפט,‫ תל-אָביב, "ניי לעבן", 1953. (די צווייטע פאַרגרעסערטע אויפלאַגע: "המנורה", 1966.)
  • דאָס לאַנד פון צווייטן בראשית: ארץ-ישראל-לידער און פּאָעמען,‫ תל-אָביב, 1954.
  • היימישע און נאָענטע: דערמאָנונגען,‫ תל-אָביב, י"ל פּרץ-ביבליִאָטעק, 1958.
  • די זון הינטער מיר, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, 1961.
  • פון צווייטן בראשית: לידער און פאָעמעס; ארויסגעגעבן פונעם י’ פאפיערניקאוו-יובל-קאָמיטעט, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1964.
  • איבער חורבות, תל-אָביב, "המנורה", תשכ"ז.
  • אין ליכט פון פאַרגאַנג: לידער,‫ תל-אָביב, "המנורה", תשכ"ט.
  • פון אַלץ צו ביסלעך: מיט ייִדיש, מיט ייִדישע און נישט-ייִדישע, פאַרצייכענונגען, נסיעות,‫ תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, תשל"ד 1974.
  • אין ווײַסן עלטער: לידער, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1976.
  • מײַן אַנטאָלאָגיע, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1978.
  • די גרינע ראַסע: לידער, תל-אָביב, "דויער", תשמ"ג 1983.
  • באַנײַונג: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ה 1985.
  • אין אַ נײַ ליכט: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ז 1987.

אין איבערזעצונג אויף העברעיִש

  • מן הטנא: שירים; מתורגמים ע"י סופרים שונים (עורכים: אברהם לוינסון ודב שטוק), תל אביב: הועדה להוצאת כתבי המשורר, תש"ב.
  • פרי גני: שירים; תורגמו ע"י סופרים שונים, תל אביב: מנורה, תשכ"ב.
  • בוים און וואלד: לידער / אילן ויער: שירים; תירגם מיידיש א. אשמן, תל אביב: ה. לייוויק פארלאג, תשכ"ו 1966–תשמ"ה 1985. (יידיש ועברית עמוד מול עמוד)
  • בשערי הקשת: שירים; תירגם מיידיש שלמה שנהוד, תל אביב: המנורה, תשל"א.

אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס איבערזעצונג

  • סערגיי אַלעקסאַנדראָוויטש יעסענין, געקליבענע לידער; (פון רוסיש) וואַרשע, "אייגנס", 1933. (די צווייטע אויפלאַגע: תל-אָביב, "המנורה", תש"ל.)

וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון

  • "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן פון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 7, ניו-יאָרק, 1968, ז. 105–107.
  • דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139.
  • אברהם ליס, 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', בייַ זיך 22 (תשמ"ג), ז. 64–70.
  • דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', פאָלק, וועלט און מדינה 57 (1979), ז. 13–14.
  • Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181

וועבלינקען