אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:נייע ארטיקלען"
אין תקציר עריכה |
ק (טעות סופר) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{נייע ארטיקל|וכל מאמינים|description=א פיוט פון יניי איבער די מידות פון ג-ט, געזאגט אין די ימים נוראים.}} | {{נייע ארטיקל|וכל מאמינים|description=א פיוט פון יניי איבער די מידות פון ג-ט, געזאגט אין די ימים נוראים.}} | ||
{{נייע ארטיקל|תשב"ץ קטן|description=דער באקאנטער ספר פון פסקים פון מהר"ם מראטנבורג דינט אלס מקור פאר פילע הלכות אין שולחן ערוך.|image=תשבץ קטן קרעמאנע.png}} | {{נייע ארטיקל|תשב"ץ קטן|description=דער באקאנטער ספר פון פסקים פון מהר"ם מראטנבורג דינט אלס מקור פאר פילע הלכות אין שולחן ערוך.|image=תשבץ קטן קרעמאנע.png}} |
רעוויזיע פון 23:01, 29 אויגוסט 2024
א פיוט פון יניי איבער די מידות פון ג-ט, געזאגט אין די ימים נוראים.
דער באקאנטער ספר פון פסקים פון מהר"ם מראטנבורג דינט אלס מקור פאר פילע הלכות אין שולחן ערוך.
תלמיד חכם און מרביץ תורה אין וויליאמסבורג, מחבר פונעם פירוש "סייעתא דשמיא" אויף משניות.
סאטמארער עסקן, כלל טוער און ווארטזאגער.
פרעמישלאנער רבי שליט"א פון בני ברק.
ערשטער קעניג ביי כלל ישראל.
אליהו "עליע" פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; 1898, האָמעל, ווייסרוסלאנד, רוסישע אימפעריע – 1979, מאסקווע) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק. (גאנצער ארטיקל...)
רבי חיים יהודה לייב הכהן כ"ץ (גערופן "רבי חיים לייב"; געבוירן כ"א אדר[אויסקלארונג פארלאנגט] ה'ת"ש) איז דער סערדאהעלער רב און אדמו"ר, פון די אנגעזעענע רבנים און פוסקי הלכה אין בארא פארק, און מחבר פון עטליכע ספרי הלכה. (גאנצער ארטיקל...)
אַקְדָמוּת איז א פיוט אויף אראמיש וואס שילדערט די גרויסקייט פון השי"ת און זיינע באדינער, די מלאכים און די אידן, געזאגט ביי די אשכנזים מיט גרויס חביבות דעם ערשטן טאג שבועות איידער קריאת התורה. דער פיוט איז נתחבר געווארן דורך רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא אלס "רשות" פאר'ן מתורגמן פאר די תרגום אויף דער קריאה. עס פלעגט אריגינעל געזאגט ווערן נאך דעם ערשטן פסוק פון דער קריאה, אבער נאך א הלכה'דיגער פאלעמיק דערוועגן איז איינגעפירט געווארן אין רוב פלעצער עס צו זאגן איידער די ברכה פונעם עולה. אין פיל פריערדיגע מקורות ווערט געברענגט א געשיכטע איבער די אומשטענדן אין וועלכע דער פיוט איז נתחבר געווארן, אז רבי מאיר ש"ץ האט עס געמאכט ווען ער איז געפארן ברענגען איינעם פון די בני משה פון דער אנדערער זייט סמבטיון, יענער זאל באקעמפן א גלח א מכשף וואס האט באדראעט די אידן. עס זענען אבער דא מפקפקים אויף די מעשה. (גאנצער ארטיקל...)
פרשת חֻקַּת איז די זעקסטע סדרה פון ספר במדבר, און די 39'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ט, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ב, פסוק א', לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 87 פסוקים און צען פרשיות - זעקס פתוחות און פיר סתומות. די פרשה רעכנט ערשט אויס די דינים פון פרה אדומה און טומאת מת. דאן ווערן געשילדערט געשעענישן פון די פערציגסטע יאר פון די אידן אין מדבר: די פטירה פון מרים הנביאה; די געשיכטע פון די מי מריבה; די פטירה פון אהרן הכהן; די געשיכטע מיט'ן נחש הנחושת; און די מלחמות פון די אידן מיט'ן קעניג פון עֲרָד, מיט די אמורים, מיט סיחון און עוג. פרשת חקת ווערט געליינט צווישן די דאטומען ל' סיון און י"ב תמוז (אין חוץ לארץ). אין יארן וואס יום טוב שני פון שבועות אין חוץ לארץ געפאלט אום שבת, ליינט מען דארט חקת אינאיינעם מיט פרשת בלק. די פרשה פון פרה אדומה (יט, א–כב) ווערט געליינט פאר מפטיר אום שבת פרה. (גאנצער ארטיקל...)
רבי אליעזר צבי סאפרין (גערופן: רבי אליעזר'ל קאמארנער; ה'תק"צ – כ"ד אייר ה'תרנ"ח) איז געווען דער דריטער קאמארנער רבי, מחבר פון א רייע ספרי קבלה און חסידות, "דמשק אליעזר" און "זקן ביתו". (גאנצער ארטיקל...)
רבי שמואל בערעזאָווסקי (חתמ'עט זיך: ברזובסקי; געבוירן כ"ט אלול תרצ"ו, סעפטעמבער 16 1936) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, מחבר ספרי "דרכי נועם". ער איז א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און ער וואוינט אין מאה שערים געגנט, ירושלים. (גאנצער ארטיקל...)
רבי רפאל חיים יחיאל ראבינאוויטש (געבוירן י"ח אב ה'תרצ"ה) איז דער היינטיגער רבי און מנהיג פון קהל משכנות הרועים, פון די באקאנטע אדמו"רים אין די קהילות פון ישוב הישן און די עדה החרדית. (גאנצער ארטיקל...)
אידישע וועלט פארומס (גערופן אייוועלט; ivelt.com) איז א פאפולערער חסיד'ישע פארום וועבזייטל, אונטער אן אויפזיכט צו האלטן דאס פלאץ ריין און ערליך. עס איז געגרינדט געווארן אין יאר תשס"ה (דאן אלס א סוב-פארום אויף היידפארק מיט די נאמען "היימישע קרעטשמע"). עס פארמאגט אפטיילונגען פאר נייעס, ארטיקלען, שמועסן, דיסקוטירן פאליטיק, היסטאריע, מוזיק, תורה'דיגע טעמעס, און פארשידנס. עס פארמאגט אשכולות ארויסצוהעלפן אנדערע אין פארשידענע אנגעלעגנהייטן, און אשכולות וואו עס ווערט ארויסגעלייגט גע'כשר'טע בילדער און ווידעאס. כדי צו האלטן דעם וועבזייטל אויסגעהאלטן פאר היימישע אידן, זענען דא שטרענג פארסירטע תקנות און צענזור; נישט ארויסצושטעלן לשון הרע, מחלוקת, ראיות אסורות, און לינקס צו שמוציגע וועבזייטלעך. ווי אויך איז פארבאטן ציונות, און שרייבן אויף עברית. דאס זייטל שענקט פריוואטקייט פאר די באניצער; מ'טאר נישט פארעפנטליכן אדער נישטערן אין דער אמת'ער אידענטיטעט פון א צווייטן באניצער. די באניצער אויפ'ן זייטל פירן אן מיט עטליכע פראיעקטן, צווישן זיי: פארשן היסטאריע, אפדרוקן זעלטענע כתבי יד, פובליצירן אויסגאבעס פון די ווערק אויפ'ן וועבזייטל, און צוזאמשטעלן סידיס פון סינגלס. אויפ'ן זייטל קומען כסדר פאר טאלאנט פארמעסטן, און אויך זענען סוקסעספול אפגעהאלטן געווארן עטליכע צדקה-אקציעס. (גאנצער ארטיקל...)
רבי יקותיאל יהודה (זלמן לייב) מייזליש (ל' שבט תרפ"ט – כ"ד אדר תשפ"ד) איז געווען א חסיד'ישער רב און א בעל דרשן, ער האט געדינט פאר צענדליגער יארן אלס רב פון סי געיט אין ברוקלין, ניו יארק. מחבר פון די ספרים "בנין יקותיאל" און "זר זהב". (גאנצער ארטיקל...)
רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה איז געווען פון די תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פירער פונעם דור נאך חורבן בית שני. ער ווערט דערמאנט אין די משנה נאנט צו צוויי הונדערט מאל. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יוחנן בן זכאי און א חבר מיט רבי אליעזר. ער איז געווען אב בית דין אינעם בית ועד אין יבנה, צו דער זייט פון דער נשיא רבן גמליאל השני. רבי יהושע האט נישט געהאט קיין דרויסנדע שיינקייט, אבער דערקעגן האט ער געהאט אן אויסערגעווענליכע קלוגשאפט און פקחות – ווי די טאכטער פון קייזער האט געזאגט אויף אים: "פראכטיגע קלוגשאפט אין א מיאוס'ע כלי", און ער האט זיך באניצט דערמיט צו העלפן זיינע ברידער אינעם שטורמישן תקופה נאכ'ן חורבן הבית. (גאנצער ארטיקל...)
רבי משה טויב (געבוירן כ"ח אלול תרצ"ח) איז דער היינטיגער קאלובער רבי און פון די עלטערע חסיד'ישע רבי'ס אין אמעריקע. ער וואוינט אין וויליאמסבורג און איז באקאנט מיט זיינע אקטיוויטעטן אין קירוב רחוקים. (גאנצער ארטיקל...)
ספר החינוך איז א ספר וואס רעכנט אויס די תרי"ג מצוות פון די תורה, וואס איז געשריבן געווארן אין די תקופת הראשונים אין א המשך צו א צאל אנדערע חיבורים וועלכע רעכענען אויס די מצוות, א שטייגער ווי ספר המצוות להרמב"ם, יראים, סמ"ג און סמ"ק. אנדערש ווי זיינע פארגייער ערקלערט דער חינוך אויך די טעמים פון די מצוות, אירע דינים, עונשים אויפ'ן דאס נישט מקיים זיין, און נאך פרטים. דער מחבר באזירט זיך אויף דער ציילונג פונעם רמב"ם. אויף רוב פון די מצוות וואו דער רמב"ן קריגט זיך, ברענגט דער מחבר אראפ זיינע רייד און נעמט אן ווי אים, כאטש ער טוישט נישט דעם ציילונג. אויפן ספר זענען געשריבן געווארן מערערע פירושים וואס ערקלערן זיינע ווערטער און דיסקוטירן זיינע מקורות, מערסט באקאנט פון זיי איז "מנחת חינוך". (גאנצער ארטיקל...)
רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש (באקאנט אלס "רבי עקיבא"; י' טבת תרצ"ט – כ' אב תשפ"ד) איז געווען דער פאריסובער רבי, א מקובל, וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון א ישיבה פאר מקובלים אין זיין בית מדרש אין ירושלים, און האט מחבר געווען א רייע ספרים אין חסידות און קבלה. (גאנצער ארטיקל...)
ניסן איז דער זיבעטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער חודש ציילנדיג פון ניסן. חודש ניסן פאלט געווענליך אויס בערך אין פאראלעל מיט דער מאנאט אפריל אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, ביי די אנהייב פון סעזאן פון פרילינג אין דעם צפון האלבקיילעך און פון הערבסט אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש תשרי אין צפון האלבקיילעך). אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת ניסן אין דעם חודש. (גאנצער ארטיקל...)
יאקאב איז א באלאדע אין אידיש, קאמפאזירט און געשריבן געווארן דורך ר' יום טוב ערליך. די באלאדע דערציילט די העלדישע געשיכטע פון א ישיבה בחור יעקב פאטאש, וואס געפינט זיך איינער אליין אין א פרעמד לאנד און איז זיך מוסר נפש פאר אידישקייט. (גאנצער ארטיקל...)
אֵלָה בן בַּעְשָׁא פון שבט יששכר איז געווען דער פערטער קעניג איבער מלכות ישראל אין די צייטן פון אסא מלך יהודה, פון יאר ג'י' ביז יאר ג'י"א. זיין קורצע קעניגרייך ווערט געשילדערט אין מלכים א' טז, ח–יד. אלה האט איבערגענומען זיין פאטער בעשא, וועלכער האט פארטיליגט בית ירבעם און געגרינדט בית בעשא. בית בעשא איז אבער געווען פונקט אזוי זינדיג ווי בית ירבעם, און דער באשעפער האט געשיקט דער נביא יהוא בן חנני אים זאגן אז דער סוף פון בית בעשא וועט זיין ווי בית ירבעם, און עס וועט פון זיי גארנישט בלייבן: ”הַמֵּת לְבַעְשָׁא בָּעִיר יֹאכְלוּ הַכְּלָבִים וְהַמֵּת לוֹ בַּשָּׂדֶה יֹאכְלוּ עוֹף הַשָּׁמָיִם” (מלכים א' טז, ד). די נבואה איז מקוים געווארן אין די צייטן פון אלה, ווען אין זיין צווייטע יאר אויפ'ן טראן איז ער אומגעברענגט געווארן דורך זמרי, זיינ'ס א רייט־וועגענער גענעראל. דאס האט פאסירט ווען די אידן זענען געווען אויפ'ן שלאכטפעלד קעגן די פלשתים אין גבתון, און זמרי איז געווען אינעם הויפטשטאט תרצה אין די הויז פון ארצא – זיין פארוואלטער, וואו ער האט גע'שיכור'ט. זמרי איז אהין געקומען, און האט אים גע'הרג'עט און זיך זעלבסט געקרוינט אלס קעניג. זמרי האט אויסגע'הרג'עט גאנץ בית בעשא; אלה'ס זין, ברידער, און אנדערע יורשים – כדי עס זאל נישט זיין קיין יורש, און אלע קינדער און פרויען – כדי זיי זאלן זיך נישט קעגנשטעלן דאס קרוינונג פון זמרי. דאס אונטערגאנג פון בית בעשא איז פארגליכן געווארן אין יהוא'ס נבואה צום אונטערגאנג פון בית ירבעם, און זיי האבן טאקע געענדלט אין עטליכע הינזיכטן; ביידע זענען אונטערגעגאנגען ביים צווייטן דור, ביידע אטענטאטן האבן פאסירט אין דער צווייטער יאר פונעם קעניג, און ביידע אינמיטן א מלחמה קעגן די פלשתים אין גבתון. אין קאנטראסט צו נדב בן ירבעם, אבער, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן זייענדיג אויפ'ן פראנט, האט אלה גע'שיכור'ט אין די צייט וואס זיין פאלק האט געקעמפט. ער איז דער איינציגער פון אלע מלכי יהודה וישראל ביי וועמען שיכרות ווערט דערמאנט. (גאנצער ארטיקל...)