אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאלבאסאוו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט")
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
שורה 61: שורה 61:
אויך האט געדינט אלס רב אין קאלבאסאוו ר' ארי' ליבוש ב"ר יחיאל ט"ב אן אייניקל פון ר' אברהם אהרן, ר' ליבוש האט זיך שפעטער געצויגן קיין [[אמעריקע]] דאן איז זיין פאטער ר' יחיאל אריבער קיין קאלבאסאוו אלס איר לעצטער רב פאר'ן קריג.
אויך האט געדינט אלס רב אין קאלבאסאוו ר' ארי' ליבוש ב"ר יחיאל ט"ב אן אייניקל פון ר' אברהם אהרן, ר' ליבוש האט זיך שפעטער געצויגן קיין [[אמעריקע]] דאן איז זיין פאטער ר' יחיאל אריבער קיין קאלבאסאוו אלס איר לעצטער רב פאר'ן קריג.


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://www.kolbuszowa.pl שטעטל קאלבאסאוו] (פּויליש)
* [http://www.kolbuszowa.pl שטעטל קאלבאסאוו] (פּויליש)
* [http://www.kolbuszowa24.pl קאלבאסאוו24] (פּויליש)
* [http://www.kolbuszowa24.pl קאלבאסאוו24] (פּויליש)

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:13, 8 יולי 2024


קאלבאסאוו
הערב

לאַנד פוילן
געגנט אונטער-קארפאטיע
בירגערמייסטער יאן זובא
שטח 7.94 קוואדראט ק"מ
באַפעלקערונג 9,800


קאלבאסאוו (פּויליש: Kolbuszowa, רוסיש: Кольбушова) איז א שטעטל אין פוילן, מיט א באפעלקערונג פון 9,800 (אין יאָר 2009)[1] זי געווען אין וועסט גאליציע. די שטאט געפינט זיך אויף ביידע זייטן פון דעם טייך ניל.

פארן צווייטן וועלט קריג האבן געוואוינט אין קאלבאסאוו 1415 אידן, העלפט פון די איינוואוינער אין דעם שטעטל.

רבנים פון קאלבאסאוו

דער אוהב ישראל

רבי אברהם יהושע העשיל, דער אפטער רב, באקאנט אלס דער "אוהב ישראל", איז פאר א שטיק צייט געווען רב און קאלבאסאוו.

ר' יענקעלע מעליצער

שפעטער איז יעקב הורוויץ, באקאנט אלס 'ר' יאנקעלע מעליצער', דער עלצטער זון פונעם זרע קודש פון ראפשיץ, רבי נפתלי צבי הורוויץ, געווען פאר א שטיק צייט רב און קאלבאסאוו, אין יאר תק"ע איז ער געווארן רב אין מעליץ.

ר' יחיאל רובין זי"ע

נאכער איז געווארן רב זיין פלומעניק הרה"ק ר' יחיאל (חיליש) רובין א זון פון ר' רבי אשר ישעיה רובין זצוק"ל דער ראפשיצער רב חתן הזרע קודש. ר' יחיאל איז געווען אן איידעם ביים גביר ר' אליה רייך פון ריישא, ער איז געקומען קיין קאלבאסאוו בשנת תקצ"ה, ער איז נפטר געווארן כ' תמוז תר"כ און ליגט באהאלטן אין אוהל אויף דעם קאלבאסאווער בית החיים. ר' יחיאל האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

ר' אברהם אהרן טייטלבוים

נאכן הסתלקות פון ר' יחיאל איז געווארן רב זיין איידעם ר' אברהם אהרן טייטלבוים. רבי אברהם אהרן איז געווען דארט רב קרוב צו 50 יאר ביז זיין הסתלקות, י' אלול תר"ע. ער האט קיינמאל נישט געוואלט אנעמען א גרעסער רבנות שטעלע ווייל דער דברי חיים האט אים איינמאל אנגעוואונטשן "קאלבאסאווער רב, איר זאלט האבן אריכת ימים", האט ער פון דעם ארויסגענומען אז אזוי לאנג ער איז קאלבאסאווער רב איז ער מובטח מיט לאנגע יארן, וכך הוה ער האט איבערגעלעבט אלע זיינע אינגערע ברודער, ביז די 84 יאר אלט (יענע צייטן האט עס געהייסן אריכת ימים).

ביתו אחריו

ר' אברהם אהרן האט פארמאגט דריי זין:

  • ר' יחיאל וועלכער האט מיט יארן שפעטער משמש געווען ברבנות אין קאלבאסאוו (זעט שפעטער).
    • ר' יחיאל האט געהאט א זון ר' ארי' ליבוש (זעה באזונדער)
  • ר' דוד אב"ד ניר-עטשעד אונגארן בעמח"ס דברי דוד
  • ר' משה וועלכער איז נפטר געווארן בחיי אביו

ר' אשר ישעי' רובין זי"ע

ווי דערמאנט האט ר' חיליש אבערגעלאזט א זון אשר ישעי' וועלכער האט שפעטער חתונה געהאט צו הרבנית חנה שפרה בת ר' סענדר'ל פון קאמארנא, ער איז געבליבן וואונען אין קאמארנא שפעטער איז ער אריבער געקומען קיין קאלבאסאב.

שפעטער נאך דער פטירה פון ר' אברהם אהרן האט געפלאקרט א מחלוקה און ר' אשר'ל געדינט דארט אלס רב ביז צו זיין פטירה ביום כ"א אלול תרע"ד אלט זייענדיג 68 יאר. ר' אשר'ל ליגט באהאלטן אין אוהל לעבן טאטן. די אוהל איז לעצטענס איבערגעבויט געווארן דורך א אייניקל פונעם דינאווער רבי'ן שליט"א פין מאנסי

די רעביצין חנה שפרה איז נפטר געווארען ערב שב"ק י"ז אדר און ליגט באהאלטן אויף דעם בית החיים אין קאלבאסאוו.

ר' אשר'ל האט איבער געלאזט זעקס טעכטער ער האט נישט געהאט קיין זון:

  • הרבנית חיה אדל ברכה אשת הרה"ק ר' ברוך פינחס ראבינאוויטש פון סקאליע
  • הרבנית רייצא אשת הרה"ק ר' חיים שלמה הלוי ראטנבערג בעל שמועה טובה מ'קאסאן
  • הרבנית יסכה אשת הרה"ג ר' נחום
  • הרבנית מלכה אשת הרה"ק ר' איתמר רויזנבוים פון נאדווארנא
  • הרבנית פרומעט
  • הרבנית באבי גיטל הי"ד אשת הרה"ק ר' מנחם מענדיל זיידא רובין הי"ד ראב"ד קאלבאסאוו (זעט ווייטער)

ר' מנחם מענדיל זיידא רובין הי"ד

ר' ארי' ליבוש טייטלבוים

אויך האט געדינט אלס רב אין קאלבאסאוו ר' ארי' ליבוש ב"ר יחיאל ט"ב אן אייניקל פון ר' אברהם אהרן, ר' ליבוש האט זיך שפעטער געצויגן קיין אמעריקע דאן איז זיין פאטער ר' יחיאל אריבער קיין קאלבאסאוו אלס איר לעצטער רב פאר'ן קריג.

דרויסנדיגע לינקס

50°15′N 21°46′E / 50.250°N 21.767°E / 50.250; 21.767 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

רעפערענצן

  1. "באפעלקערונג. Size and structure by territorial division" (PDF). © 1995-2009 Central Statistical Office 00-925 Warsaw, Al. Niepodległości 208. 2009-06-02. Archived from the original (PDF) on 2011-09-26. Retrieved 22-6-2009. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help); External link in |publisher= (help)

it:Kolbuszowa

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!