אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יעקב באכמאן"
(פון פויליש וויקי + השלמות) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:יעקב באכמאן צו רוי:יעקב באכמאן אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 17:10, 4 יולי 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
געבורט |
אפריל 1846 בארדיטשוב |
---|---|
פטירה |
אפריל 30, 1905 (אלט: 59) בודאפעסט |
פאך | חזן |
יעקב באכמאן (אפריל 1846, בארדיטשוב – אפריל 30, 1905, בודאפעסט) איז געווען חזן און קאמפאזיטאר אין לעמבערג און דערנאך אין בודאפעסט.
לעבנס-געשיכטע
יעקב באכמאן איז געבוירן געווארן אין בארדיטשוב. אלס קינד האט ער געלערנט אין ישיבה. ער האט אנגעהויבן צו לערנען מוזיק אין משה פאסטערנאק'ס כאר אין דער ארטיגער שול. ווען ער איז געווען אכצן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער פעטערבורגער קאנסערוואטאריע אונטער אנטאן רובינשטיין, וואו ער האט זיך געלערנט זינגען און מוזיק. ער האט אנטוויקלט א טענאר שטימע און אנגעהויבן צו געבן קאנצערטן מיט רובינשטיין. כאטש ער האט אויפגעטראטן מיט רובינשטיין, וואס איז גערעכנט געווען פאר א "מערב'דיגער פארשטייער פון רוסישער מוזיק", האט באכמאן אויסגעוועלט א קאריערע אלס חזן. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט קורצע שטעלעס אין בארדיטשוב, ראסטאוו און קאנסטאנטינאפאל, און שפעטער האט ער עטאבלירט זיין רעפוטאציע אלס חזן אין דער פראגרעסיווער טעמפל שול אין לעמבערג (1868-1884), אדעס (1884-1885) און בודאפעסט (1885-1905), וואו ער האט זיך צום סוף באזעצט.
קאמפאזיציעס
באכמאן האט קאמפאזירט זאמלונגען פון ווערק פאר די שול. זיין מוזיקאלישער סטיל אין די ווערק איז געווען באאיינפלוסט פון רובינשטיין, און ער האט געניצט מערב'דיגע מוזיקאלישע מיטלען.
א זאמלונג פון זיינע קאמפאזיציעס, "שירת יעקב", איז ארויסגעקומען אין מאסקווע אין 1884. עטליכע אומפארעפנטליכטע ווערק עקזיסטירן אלס מאנוסקריפטן אין דער דוד פוטערמאן ביבליאטעק אין ניו יארק.
באכמאן איז געווען פון די בארימטע חזנים בשעתו און זיינע קאמפאזיציעס זענען געווען ברייט בארימט. דער קייזער פראנץ יאזעף האט אנגענומען עטליכע טרויער-לידער וועלכע ער האט ספעציעל פארפאסט צום טויט פון זיין טאטן פראנץ קארל[1].
צווישן זיינע תלמידים האט זיך געציילט יצחק גליקשטיין.
דרויסנדע לינקס
- Jacob Bachman, אויף Jewish Music Research Centre (ענגליש)
- BACHMANN, JACOB, אויף Jewish Virtual Library (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ הצפירה, ח' תמוז ה'תרל"ח[מקור פארלאנגט: נישט געפינען דארט]
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער