אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יאסעלע ראזנבלאט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "״" ב־""")
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:מצבה יוסלה רוזנבלט.JPG|קליין|300px|זיין מצבה]]
[[טעקע:מצבה יוסלה רוזנבלט.JPG|קליין|300px|זיין מצבה]]
'''יוסף ״יאסעלע״ ראזענבלאט''' ([[9טן מיי]] [[1882]] - [[19טן יוני]] [[1933]]) איז געווען דער בארימטסטער [[חזן]] אין זיין צייט, סיי ביי דער אידישער וועלט און זאָגאַר ביי דער נישט-אידישער וועלט אויך. און נאך היינט קלינגט די וועלט מיט זיין נאמען.
'''יוסף "יאסעלע" ראזענבלאט''' ([[9טן מיי]] [[1882]] - [[19טן יוני]] [[1933]]) איז געווען דער בארימטסטער [[חזן]] אין זיין צייט, סיי ביי דער אידישער וועלט און זאָגאַר ביי דער נישט-אידישער וועלט אויך. און נאך היינט קלינגט די וועלט מיט זיין נאמען.


אפילו די וואס ציילן זיך נישט צווישן די חובבי חזנות, ווייסן פון אים צו זאגן און עהרן און ליבן זיינע ווערק.
אפילו די וואס ציילן זיך נישט צווישן די חובבי חזנות, ווייסן פון אים צו זאגן און עהרן און ליבן זיינע ווערק.

רעוויזיע פון 03:41, 23 נאוועמבער 2022

זיין מצבה

יוסף "יאסעלע" ראזענבלאט (9טן מיי 1882 - 19טן יוני 1933) איז געווען דער בארימטסטער חזן אין זיין צייט, סיי ביי דער אידישער וועלט און זאָגאַר ביי דער נישט-אידישער וועלט אויך. און נאך היינט קלינגט די וועלט מיט זיין נאמען.

אפילו די וואס ציילן זיך נישט צווישן די חובבי חזנות, ווייסן פון אים צו זאגן און עהרן און ליבן זיינע ווערק.

לעבנסגעשיכטע

יאסעלע איז געבוירן אין 1882 אין שווארצע טומאה, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער, רפאל שלם ראזענבלאטט, א חזן און א סאדיגורער חסיד.

אלס קינד איז ער געווען א וואונדער-קינד, און זיין טאטע איז מיט אים ארומגעפארן אין אלע שטעט און שטעטלעך צו פארדינען געלט.

צו די אכצן יאר איז ער געווארן אן איידעם אין בריגעל; ביים ארטיגן שוחט קאופמאן א באבאווער חסיד. דער מסדר קידושין איז געווען דער בריגעלער רב, הרב טוביה ליפשיץ.

ער איז געווען א חזן אין עטליכע שטעט אין אייראפע, אין זיין יוגנט איז ער געווען א "וואנדערער", פארנדיג ארום אין די שטעט.

ער איז נפטר געווארן נאכן זיך גיין באדן אין ים המלח, און ער איז שוואך געווארן, נאכן ווערן געברענגט קיין ירושלים, האט ער באקומען א בארואיגינגס איינשפריץ, און דערנאך איז ער אוועק, אין עלטער פון 51 יאר. מען האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.

חזנות

גלייך נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן זיין חזנות קאריערע אין מונקאטש, אונגארן (היינט אין אוקראינע), אבער שפעטער האט ער פארלאזט די שטאט און איז אריבער קיין פרעשבורג, וואס דארט האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "שירי יוסף" וואס אנטהאלט הונדערט-און-פופציג קאמפאזיציעס אויפן דאווענען.

אין יאר 1906 איז ער געווארן הויפט חזן אין האמבורג, א שטאט וואס איז זייער שווער געווען פאר יאסעלע זייענדיג א איד פון מזרח אייראפע און נישט געווען געוואוינט צו די מנהגים פון דייטשלאנד זייער קאלטקייט און פונקטליכקייט איז געווען שווער פאר א חסידישן איד ווי יאסעלע.

אין האמבורג האט ער געפייערט זיין פניף-און-צוואנציגסטער געבורטס טאג, און לכבוד דעם ארויסגעגעבן א ספר "תפילת יוסף" וואס האט אנטהאלטן פינף-און-צוואנציג רציטאטיווען. און שפעטער האט ארויסגעגעבן "זמירות יוסף" און "שבעה אופני הקידוש".

אום 1טן יוני 1912, איז יאסעלע אנגעקומען קיין ניו יארק, אויף די איינלאדענונג פון ביהמ"ד אוהב צדק. דארט איז ער געווארן שטארק פאפולער, און האט פארגעשטעלט א גאנצע רייע קאנצערטן, און אויפטריטן, אין פילאדעלפיע, סקראנטאן, באפאלא, און נאך שטעט אויף דער לענג און דער ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן און אייראפע. אויך האט ער רעקארדירט זיינע ניגונים אויף פאטיפאן.

אלע צייטונגען האבן געשריבן וועגן אים ווען די שיקאגא אפערע האט אים פארגעשלאגן טויזנט דאלער פאר אן אויפטריט אלס אלעזר אין "די יהודייה" צוזאמען מיט רויזע ראזי און ער האט עס אפּגעזאגט, ווייל עס פאסט נישט. אבער אין טעאטער האט ער געזינגען. ער איז פארגעשלאגן געווארן דורך ווערנער ברודער, צו זיין אקטיאר אויפן ערשטע שטום-פילם, "דער דזשאז זינגער", אבער ער האט אפּגעזאגט, מיטן טענה אז עס פּאַסט נישט פאר א מענטש וואס דאוונט פארן עמוד צו ערשיינען אויף אזעלכע פארוויילונגען, ער האט אבער איינגעשטימט צו זינגען ניגונים וואס זענען נישט פון דאווענען.

אין 1925 האט ער רעזיגנירט פון אוהב צדק, און ארומגעפארן האלטן קאנצערטן איבער דער וועלט כדי צו באצאלן זיינע חובות.

אין יאר 1933 איז ער געקומען קיין ארץ ישראל, וואו מען האט געמאכט א פילם, און ער זינגט ניגונים אויף ארץ ישראל, ווי מען זעהט פארשידענע פאנאראמעס פון ירדן, קבר רחל און נאך.

באשרייבונג

זיין עלסטער זוהן הרב שמואל ראזענבלאט האט אפּגעשריבן זיין טאטנ'ס ביאגראפיע אין אן ענגלישן בוך, און אין יאר תשכ"א איז עס איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורך נ. גינתון נאכדעם וואס עס פלעגט לויפן אין פארזעצונגען אין דער הצופה יעדן פרייטאג.

אין יאר תשס"ז איז עס ווידער איבערגעדרוקט געווארן אין ירושלים.

וועבלינקען