אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים האגער (תורת חיים)"
ק (←ביאגראפיע: הגהה) |
ק (←פאמיליע: הגהה) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
*רבי '''[[מנחם מענדיל האגער (וויזשניץ) (א)|מנחם מענדיל האגער]]''' ([[כ"ד אייר]] [[ה'תק"צ]] - [[כ"ט תשרי]] [[ה'תרמ"ה]]) פון [[וויזשניץ]]. באקאנט אלס "דער צמח צדיק". | *רבי '''[[מנחם מענדיל האגער (וויזשניץ) (א)|מנחם מענדיל האגער]]''' ([[כ"ד אייר]] [[ה'תק"צ]] - [[כ"ט תשרי]] [[ה'תרמ"ה]]) פון [[וויזשניץ]]. באקאנט אלס "דער צמח צדיק". | ||
*מרת '''יוכבד''', די ווייב פון הרב '''פנחס יוסף שפירא''' פון [[קאסאוו]], אן אור-אייניקל פון הרב [[רבי פנחס שפירא]] פון [[קאריץ]]. | *מרת '''יוכבד''', די ווייב פון הרב '''פנחס יוסף שפירא''' פון [[קאסאוו]], אן אור-אייניקל פון הרב [[רבי פנחס שפירא]] פון [[קאריץ]]. | ||
*מרת '''העניא''', די ווייב פון הרב '''ישראל''' פון [[קרעמניץ]], אן אייניקל פון | *מרת '''העניא''', די ווייב פון הרב '''ישראל''' פון [[קרעמניץ]], אן אייניקל פון [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב]]. | ||
*מרת '''שיינא רחל''', די ווייב פון הרב '''יהושע אלעזר חודורוב''' | *מרת '''שיינא רחל''', די ווייב פון הרב '''יהושע אלעזר חודורוב''' פון [[קאלאמייע]]. | ||
==זיינע ספרים== | ==זיינע ספרים== |
רעוויזיע פון 04:59, 3 יוני 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה – כ"ה אייר ה'תרי"ד) איז געווען דער צווייטער רבי אין דער קאסוב וויזשניץ דינאסטיע, באקאנט אלס דער "תורת חיים", גערופן נאך זיין ספר.
ביאגראפיע
רבי חיים איז געבוירן אין יאר תקנ"ה, צו זיין פאטער רבי מנחם מענדיל, "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפיל חסיד און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל, א טאכטער פון רבי שמואל שמחה זימל קאך פון קאסוב. ער האט חתונה געהאט צום רעבעצין מרת ציפורה, טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא, אן איידעם פון רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקא, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אנהייב איז ער געזעצן קעסט ביי זיין שווער אין שפיטיווקא, און נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, אין טאג י"ז חשון תקפ"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו ברבנות און אדמו"רות אין שטאט קאסוב.
ער איז געווען באקאנט אלס א למדן און די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים.
אויך איז ער געווען באוואוסט מיט זיין שארפקייט, עקסטער אין זיין הנהגה מיט די שוחטים אין קאסוב. ער איז געווען באקאנט מיט זיין הכנסת אורחים. ער האט געקאכט אין שבת, ווי זיין פאטער. ער פלעגט אנעמען שבת זייער פרי.
ער איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד. ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.
פאמיליע
זיינע קינדער:
- רבי יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), ממלא מקום פון פאטער, רב פון קאסאוו.
- רבי יוסף אלטער האגער (ה'תק"פ (אומגעפער) - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדאוויץ.
- רבי מנחם מענדיל האגער (כ"ד אייר ה'תק"צ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה) פון וויזשניץ. באקאנט אלס "דער צמח צדיק".
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב פנחס יוסף שפירא פון קאסאוו, אן אור-אייניקל פון הרב רבי פנחס שפירא פון קאריץ.
- מרת העניא, די ווייב פון הרב ישראל פון קרעמניץ, אן אייניקל פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב יהושע אלעזר חודורוב פון קאלאמייע.
זיינע ספרים
- תורת חיים
- תורת חיים תנינא
לקריאה נוספת
- אדמו"ר רבי חיים האגר מקוסוב אין האניצקולפדיה להנצחת צדיקים.
- נתן אליהו רוט, נזר החיים - תולדות חייו פון רבי חיים מקאסוב, ארויסגעגעבן דורך מכון "נחלת צבי", בני ברק.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר