אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:ספוטניק 1"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(בס"ד. קרעדיט: וועלוול שמעלצער)
 
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט ספוטניק 1 צו דרעפט:ספוטניק 1 אן לאזן א ווייטערפירונג: טעות)

רעוויזיע פון 17:40, 14 מאי 2024

דער ספוטניק נומער איינס איז געווען דער ערשטער קינסטליכער סאטעליט וואס דער מענטשהייט האט אוועקגעשיקט אין קאסמאס (–חלל; ס'הייסט, ארויס פון דער וועלט). דער סאטעליט איז ארויסגעשאסן געווארן דורך דעם סאוויעטן פארבאנד (רוסלאנד) אלס טייל פון דער ספוטניק פראגראם, און איז געווען דער אורזאך פון דעם ספוטניק קריזיס - וואס האט שטארק פארשנעלערט די אמעריקאנער ספעיס-פראגראם, און דעריבער אויך די ספעיס-געיעג צווישן די פאראייניגטע שטאטן און דעם סאוויעטן פארבאנד.

דער ספוטניק איז ארויסגעשיקט געווארן אין יאר תשי"ח פון די דרום-באזע אין קאזאכסטאן, דרום פון רוסלאנד. עס האט געארבעט בערך פאר צוויי וואכן, ביז אירע באטעריעס זענען געשטארבן. דער פלי-רייזע האט געדויערט דריי חדשים אלעס צוזאמען. צוערשט האט עס ארומגערינגלט דעם ערד-קוגל אין א הייעך פון בערך 250 קילאמעטער און דערנאך האט עס אנגעהויבן פאלן, ביז זי איז ענדגילטיג אריינגעפאלן אין דער אטמאספערע און האט זיך פארברענט אום י"ב טבת תשי"ח.

דער ספוטניק-פראיעקט האט זיך אנגעהויבן פיר יאר פריער, ווען א רוסישער געלערנטער האט זיך געטראפן מיט'ן מיניסטער פונעם פארטיידיגונגס-אינדוסטרי און ער האט פארגעלייגט צו אנטוויקלען א קינסטליכער סאטעליט וואס זאל קענען ארומפארן דעם ערד-קוגל. דער געלערנטער האט אויך איבערגעגעבן א באריכט איבער די אנשטרענגונגען וואס ווערן געטון דורך אמעריקע אין דעם ריכטונג. דאס האט געגעבן פאר רוסלאנד צו פארשטיין אז אמעריקע האלט ביים אנטוויקלען אזא סעטאליט.

אום זומער תשט"ו האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דערקלערט דורך זיין ווארטזאגער, אז אמעריקע וועט ארויפשיקן א סעטאליט במשך פונעם קומענדיגן יאר. א וואך דערויף האט די קאמוניסטישע פארטיי פון רוסלאנד באשטעטיגט דאס אנטוויקלונג פונעם סעטאליט צו זיין 'די ערשטע' וואס באווייזן דאס צו טון.

די אלוועלטליכע צייטונגען האבן נאכגעפאלגט דעם סאטעליט מיט באריכטן, און אלע האבן געקוקט צו דעם הימל וועלנדיג זוכן דעם סאוויעטישן מאשינקעלע אין די הויכע ספערן. זיי האבן געקוקט מיט שפאקטיוון און טעלעסקאפן ווען עס איז אריבערגעפארן העכער זיי. אום תשרי תשי"ח איז געמאלדן געווארן אז דער סאטעליט איז אויפגעכאפט געווארן העכער אמעריקע.

עטליכע חדשים דערויף האט דער ספוטניק אנגעהויבן פאלן און אריינקומענדיג אין די


די הצלחה פון רוסלאנד ארויפצושיקן א ספוטניק בעפאר אמעריקע, איז געווען א שטארקע דורכפאל פאר די פאראייניגטע שטאטן, און דאס האט זיי געגעבן דעם שטופ זיך צו צואיילן מיט'ן ארויפשיקן א מענטש אויף דער לבנה.