אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת אחרי"
ק (שווערמער האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:פרשת אחרי צו פרשת אחרי אן לאזן א ווייטערפירונג: כי פנה יום) |
ק (←רעפערענצן: קאטעגאריע) |
||
שורה 270: | שורה 270: | ||
{{ספר ויקרא}} | {{ספר ויקרא}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:פרשת אחרי|*]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר ויקרא|אחרי]] | ||
[[ | [[קאטעגאריע:ניסן]] | ||
[[ | [[קאטעגאריע:אייר]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[he:פרשת אחרי מות]] | [[he:פרשת אחרי מות]] |
רעוויזיע פון 20:09, 2 מאי 2024
| |||||
פסוקים | ויקרא טז, א - יח, ל | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 80 (45'סטע) | ||||
צאל ווערטער | 1170 (43'סטע) | ||||
צאל אותיות | 4294 (45'סטע) | ||||
אינהאלט | עבודה פון יום כיפור אין בית המקדש, איסור פון שחוטי חוץ, מצוה פון כיסוי הדם, איסורי עריות | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים | עמוס ט, ז–טו | ||||
ספרדים, תימנים און איטאליענער | יחזקאל כב, א–טז |
פרשת אַחֲרֵי (אדער אַחֲרֵי מוֹת) איז די זעקסטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 29'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ט"ז, פסוק א', ביז קאַפּיטל י"ח, פסוק ל', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 80 פסוקים און פיפצן פרשיות - דריי פתוחות און צוועלף סתומות.
די פרשה הייבט זיך אן מיט'ן פסוק ”וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה אַחֲרֵי מוֹת שְׁנֵי בְּנֵי אַהֲרֹן...”, ווי משה זאגט אן אהרן נישט אריינצוגיין אין קדשי קדשים, סיידן אום יום כיפור, און די פרשה זעצט פאר מיט'ן סדר פון דער עבודת יום הכיפורים. דאן ווערט געברענגט דער איסור פון שחוטי חוץ און די מצוה פון כיסוי הדם. דערנאך ווערן אויסגערעכנט א לאנגע ליסטע פון איסורי עריות.
פרשת אחרי ווערט געליינט צווישן די דאטומען י"ד ניסן און י"ג אייר (אין חו"ל). אין פשוט'ע יארן ווערט אחרי געליינט אינאיינעם מיט דער קומענדיגער פרשה - קדושים[א], ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון אחרי און קדושים 144 פסוקים. אין עיבור יארן ווערט עס געליינט באזונדער, געווענליך די וואך נאך פסח, אויסער אין עיבור יארן וואס הייבן זיך אן דאנערשטאג (החא און השג יארן), וואס דאן ווערט עס געליינט אום שבת הגדול[ב].
פרשה אינהאלט
די פרשה הייבט זיך אן מיט אן אנזאג - זיך באציענדיג צום טויט פון נדב און אביהוא דערציילט אין פרשת שמיני, מען זאל נישט טון ווי זיי און אריינגיין אומזינסט אין בית המקדש, און אין קדשי קדשים זאל דער כהן גדול אריינגיין נאר אום יום כיפור, און עס ווערט אראפגעגעבן דער סדר פון דער עבודה פון יום כיפור; די ספעציעלע קרבנות, די ספעציעלע "בגדי לבן" פון כהן גדול, און דער גורל פון די צוויי ציגן - דעם שעיר לה' און שעיר לעזאזל[4].
דאן ווערט אנגעזאגט דער איסור פון שחוטי חוץ - שחט'ן אינדרויסן פון בית המקדש, און די מצוה פון כיסוי הדם - צודעקן דעם בלוט נאכ'ן שחט'ן א חיה אדער פויגל[5]. אינעם קומענדיגן קאפיטל ווערן אויסגערעכנט 24 לאוין פון איסורי עריות[6].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[7] זענען פארהאן 28 מצוות אין דער פרשה:
עשה / לאו | מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע | |
---|---|---|---|---|---|
1 | לאו | נישט אריינגיין אומזינסט אין בית המקדש | וְאַל יָבֹא בְכָל עֵת אֶל הַקֹּדֶשׁ (טז, ב) | ניין | |
2 | עשה | עבודה פון יום כיפור אין בית המקדש | בְּזֹאת יָבֹא אַהֲרֹן אֶל הַקֹּדֶשׁ וגו' (טז, ג) | ניין | כהן גדול |
3 | לאו | נישט שחט'ן אינדרויסן פון עזרה | אֲשֶׁר יִשְׁחַט שׁוֹר אוֹ כֶשֶׂב אוֹ עֵז ... וְאֶל פֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא הֱבִיאוֹ ... דָּם שָׁפָךְ וְנִכְרַת (יז, ג–ד) | יא | |
4 | עשה | כיסוי הדם | אֲשֶׁר יָצוּד צֵיד חַיָּה אוֹ עוֹף אֲשֶׁר יֵאָכֵל וְשָׁפַךְ אֶת דָּמוֹ וְכִסָּהוּ בֶּעָפָר (יז, יג) | יא | יעדער |
5 | לאו | נישט וואוינען מיט איינע פון די עריות | אִישׁ אִישׁ אֶל כָּל שְׁאֵר בְּשָׂרוֹ לֹא תִקְרְבוּ לְגַלּוֹת עֶרְוָה (יח, ו) | יא | יעדער |
6 | לאו | ערות האב | עֶרְוַת אָבִיךָ ... לֹא תְגַלֵּה (יח, ז) | יא | יעדער |
7 | לאו | ערות האם | אִמְּךָ הִוא לֹא תְגַלֶּה עֶרְוָתָהּ (יח, ז) | יא | יעדער |
8 | לאו | ערות אשת האב | עֶרְוַת אֵשֶׁת אָבִיךָ לֹא תְגַלֵּה (יח, ח) | יא | יעדער |
9 | לאו | ערות אחותו | עֶרְוַת אֲחוֹתְךָ בַת אָבִיךָ אוֹ בַת אִמֶּךָ ... לֹא תְגַלֶּה עֶרְוָתָן (יח, ט) | יא | יעדער |
10 | לאו | ערות בת הבן | עֶרְוַת בַּת בִּנְךָ ... לֹא תְגַלֶּה (יח, י) | יא | יעדער |
11 | לאו | ערות בת הבת | ...אוֹ בַת בִּתְּךָ לֹא תְגַלֶּה עֶרְוָתָן (יח, י) | יא | יעדער |
12 | לאו | ערות הבת | שַׁאֲרָה הֵנָּה זִמָּה הִוא[8] (יח, יז) | יא | יעדער |
13 | לאו | ערות אחותו מן האב - שוועסטער נאר פון טאטן | עֶרְוַת בַּת אֵשֶׁת אָבִיךָ ... לֹא תְגַלֶּה (יח, יא) | יא | יעדער |
14 | לאו | ערות אחות אב | עֶרְוַת אֲחוֹת אָבִיךָ לֹא תְגַלֵּה (יח, יב) | יא | יעדער |
15 | לאו | ערות אחות אם | עֶרְוַת אֲחוֹת אִמְּךָ לֹא תְגַלֵּה (יח, יג) | יא | יעדער |
16 | לאו | ערות אחי האב | עֶרְוַת אֲחִי אָבִיךָ לֹא תְגַלֵּה (יח, יד) | יא | יעדער |
17 | לאו | ערות אשת אחי האב | ...אֶל אִשְׁתּוֹ לֹא תִקְרָב דֹּדָתְךָ הִוא (יח, יד) | יא | יעדער |
18 | לאו | ערות כלתך - א שנור | עֶרְוַת כַּלָּתְךָ לֹא תְגַלֵּה (יח, טו) | יא | יעדער |
19 | לאו | ערות אשת האח | עֶרְוַת אֵשֶׁת אָחִיךָ לֹא תְגַלֵּה (יח, טז) | יא | יעדער |
20 | לאו | ערות אשה ובתה | עֶרְוַת אִשָּׁה וּבִתָּהּ לֹא תְגַלֵּה (יח, יז) | יא | יעדער |
21 | לאו | ערות אשה ובת בנה | אֶת בַּת בְּנָהּ ... לֹא תִקַּח (יח, יז) | יא | יעדער |
22 | לאו | ערות אשה ובת בתה | וְאֶת בַּת בִּתָּהּ לֹא תִקַּח (יח, יז) | יא | יעדער |
23 | לאו | ערות אשה ואחותה | וְאִשָּׁה אֶל אֲחֹתָהּ לֹא תִקָּח (יח, יח) | יא | יעדער |
24 | לאו | נישט וואוינען מיט א נדה | וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב (יח, יט) | יא | יעדער |
25 | לאו | נישט אריבערפירן די קינדער פאר'ן מולך | וּמִזַּרְעֲךָ לֹא תִתֵּן לְהַעֲבִיר לַמֹּלֶךְ (יח, כא) | יא | יעדער |
26 | לאו | משכב זכר | וְאֶת זָכָר לֹא תִשְׁכַּב מִשְׁכְּבֵי אִשָּׁה תּוֹעֵבָה הִוא (יח, כב) | יא | מענער |
27 | לאו | איסור פאר מענער פון משכב בהמה | וּבְכָל בְּהֵמָה לֹא תִתֵּן שְׁכָבְתְּךָ (יח, כג) | יא | מענער |
28 | לאו | איסור פאר פרויען פון משכב בהמה | וְאִשָּׁה לֹא תַעֲמֹד לִפְנֵי בְהֵמָה לְרִבְעָהּ (יח, כג) | יא | פרויען |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:
אינאיינעם מיט פרשת קדושים:
- השא יאר און זחא יאר - י"ב אייר.
- זשג יאר און בחג יאר - י' אייר.
- בשה יאר און גכה יאר - ח' אייר.
- הכז יאר - אין ארץ ישראל - ו' אייר, אין חוץ לארץ - י"ג אייר.
באזונדער:
- החא יאר - י"ד ניסן.
- השג יאר - י"ב ניסן.
- זחג יאר - כ"ו ניסן.
- זשה יאר און בחה יאר - כ"ד ניסן.
- בשז יאר און גכז יאר - אין ארץ ישראל - כ"ב ניסן, אין חוץ לארץ - כ"ט ניסן.
הפטורה
די ספרדים, תימנים און איטאליענער ליינען די הפטורה פון פרשת אחרי אין ספר יחזקאל, קאַפּיטל כ"ב, פסוקים א'–ט"ז, "הֲתִשְׁפֹּט הֲתִשְׁפֹּט"[9], (און ביי די די ראָמאַניאטן ביז פסוקים א'–ט"ז[10]), וואו דער נביא יחזקאל מוסר'ט די אידן אויפ'ן נישט איינהאלטן די איסורי עריות. די אשכנזים ליינען אין ספר עמוס, קאַפּיטל ט', פסוקים ז'–ט"ו, "הֲלוֹא כִבְנֵי כֻשִׁיִים"[11][ג]. רבי יחיאל מיכל טוקטשינסקי ברענגט אז דער מנהג אין ירושלים איז געווען צו ליינען אום אחרי התשפט, און פאר קדושים הלא כבני כושיים[13], אבער עס איז ווארשיינליך אנטוויקלט געווארן דורך א טעות[14].
אין פשוט'ע יארן ליינט מען די פרשה אינאיינעם מיט פרשת קדושים, און כאטש וואס מיר פסק'ען געווענליך ביי באהאפטענע פרשיות צו ליינען די הפטורה פונעם צווייטן[15], שרייבט דער מרדכי[16], אז ביי אחרי-קדושים זאל מען ליינען די הפטורה פון אחרי - הלא כבני כושיים, און דער רמ"א ברענגט אים אראפ און פסק'ענט אזוי אויס[17][ד].
אין עיבור יארן וואס הייבן זיך אן אויף א דאנערשטאג (החא און השג יארן) געפאלט עס אום שבת הגדול, ווען אסאך פירן זיך צו ליינען א ספעציעלע הפטורה (ספעציעל אין החא יארן, וואס עס געפאלט ערב פסח). אין בשז און גכז יארן אין חוץ לארץ געפאלט ראש חודש אייר זונטאג, און מען ליינט די הפטורה פון "מחר חודש".
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת אחרי, אויף שיתופתא
- פרשת אחרי, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת אחרי - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת אחרי, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת אחרי", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת אחרי אויף קול הלשון
- פרשת אחרי, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת אחרי, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת אחרי, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת אחרי, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת אחרי", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת אחרי אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.
- ↑ לויט'ן כלל פון "פטיר ופסח" (די "פטירה" פון בני אהרן, בעפאר "פסח") אדער "אוחר ופסח" ("אחרי" און פסח), פאר עיבור יארן וואס הייבן זיך אן אויף א דאנערשטאג. דער כלל ווערט געברענגט אין מחזור ויטרי[1] אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[2], און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין טור און אין שלחן ערוך[3].
- ↑ עס איז געווען אן אור-אלטע אשכנז'ישער מנהג מפטיר צו זיין פרשת אחרי "התשפט" אזוי ווי די ספרדים, און עס ווערט געברעגנט אין פיל אשכנז'ישע כתבי יד. שפעטערע ראשונים האבן געשריבן אז עס א טעות, און די ריכטיגע הפטורה איז הלא כבני כושים, און אזוי איז איינגעפירט געווארן למעשה אין גאנץ אשכנז[12].
- ↑ דער טעם דערצו איז וויבאלד די הפטורה פון פרשת קדושים לויט מנהג אשכנז איז התשפט, וועלכע רעדט זיך איבער שטראף־רייד צו די אידן און אינעם גנות פון ירושלים, ענדליך צו דער הפטורה פון "הודע את ירושלים", וועלכע רבי אליעזר אין דער משנה אסר'ט צו ליינען[18], און כאטש וואס די הלכה איז נישט ווי רבי אליעזר[19] האט מען זיך דאך צוריקגעהאלטן פון דאס ליינען. דער לבוש קריגט דערויף, און וויל לערנען אינעם מרדכי אז מען ליינט דוקא יא התשפט[20], אבער אויף למעשה האבן רוב פוסקים אנגענומען ווי דער רמ"א[21].
רעפערענצן
- ↑ סימן רנ"ו.
- ↑ אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ד'.
- ↑ קאַפּיטל ט"ז.
- ↑ יז.
- ↑ קאַפּיטל י"ח.
- ↑ ספר החינוך, מצוות קפד–ריא.
- ↑ יבמות ג, א.
- ↑ משנה תורה להרמב"ם סדר התפילה ה׳, ד'; "הלכות סדר פרשיות והפטרות לכל שוי"ט והתעניות", ספר האשכול, עמ' 67.
- ↑ חומש איסטנבול, עמ' 753-754, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית.
- ↑ רוקח; אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות. דער אבודרהם שרייבט אבער אז מען זאל אנהויבן פון ח, יא - "הנה ימים באים," און דערמאנט אויך דעם מנהג פון "התשפוט".
- ↑ "מהנג הפטרות אחרי וקדושים", 'תורת הקורא 202, תשפ"ד.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ניסן אהרן טוקצינסקי, ע"ד הפטרות אחרי וקדושים, תבונה 3, תש"ג, עמ' קל"ד. - ↑ זעט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אהרן נייוירטה, על הפטרת אחרי/קדושים הנדירה, אור ישראל ז', עמ' קנז;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מאיר סטלביץ, ע"ד הפטרות אחרי וקדושים, תבונה 4, תש"ד, עמ' ט'-י'. - ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רפ"ד, סעיף ז'.
- ↑ מרדכי, מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו'.
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ח'; אזוי אויך אין מהרי"ל און רבי יצחק אייזיק טירנא, ספר המנהגים, אין הקדמה.
- ↑ מגילה כה.
- ↑ רי"ף מגילה טז, ב, רא"ש, מגילה כה, א.
- ↑ רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תצ"ג, סעיף ד' אין הגהה; סימן תכ"ח סעיף ח
- ↑ מגן אברהם בשם דער ב"ח און נאך. זעט אין מטה משה, סימן תנ"ד ווי ער קריגט אויפ'ן לבוש.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |