אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רמב"ם"
(פארברייטערט) |
ק (←אנדערע ווערק: הגהה) |
||
שורה 75: | שורה 75: | ||
צום [[מורה נבוכים]] זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער דערשינען אין תל:אביב מנוקד מיט א פירוש און איינלייטונג פון דר. [[יהודה]] קויפמאן. | צום [[מורה נבוכים]] זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער דערשינען אין תל:אביב מנוקד מיט א פירוש און איינלייטונג פון דר. [[יהודה]] קויפמאן. | ||
===אנדערע ווערק=== | ===אנדערע ווערק=== | ||
אחוץ די דאזיקע [[צוויי]] הויפט-[[ספרים]] האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך | אחוץ די דאזיקע [[צוויי]] הויפט-[[ספרים]] האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אנדערע וויכטיקע [[ספרים]]: 1) ,ספר ה[[מצוות]] (אין [[אראביש]], איבערזעצט אין [[העברעאיש]]), 2) פירוש אויף [[משניות]] (אין [[אראביש]], איבערזעצט אין העברעאיש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די "שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע; 3) שאלות ותשובות "פאר הדור"; 4) "אגרת תימן" (וועגן משיח און פאלשע משיחים; 6) "אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען געצוואונגען עפנטלעך צו אנערקענען די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]] און אין געהחיים זענען זיי געבליבן אידן); 8) "מלות הגיון" איבער [[לאגיק]] און פילאזאפישע [[באגריפן]]; 6) "פרקי משה" איבער מעדיצינישע פראגן; אויך אנדערע [[ספרים]], וואס וועגן טייל פון זיי איז א צווייפל צי זיי שטאמען פון רמב"ם ("פרקי ההצלחה" און אנדערע). | ||
עס איז אויך צו פאר[[צייכענען]] די | אין זיין [[פירוש המשניות]] צום פרק חלק אין סנהדרין באהאנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, וואס זענען די עקרים, די הויפט-[[יסודות]] פון דער ידישער [[אמונה]], און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 13 "[[אני מאמין]]", וואס זענען אריינגענומען געווארן אין [[סידור]] צו זאגן יעדן טאג נאכן [[דאווענען]]. | ||
==קאנטרעוועסיע איבער מוסלאמינער אנוס== | |||
עס איז אויך צו פאר[[צייכענען]] די מיינונג-פארשידענקייט, וואס איז אנשטאנען צווישן די [[היסטאריקער]] אין דער פראגע, צי האט דער רמב"ם ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון-[[אפריקע]], בעת דער שמד-גזרה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]]. אזא באשולדיגונג איז געבראכט געווארן קעגן רמב"ם דורך זיינס א שונא, אן [[אראביש]]ן דאקטאר, וועלכער האט וועגן דעם פאר'מסר'ט דעם רמב"ם צום עגיפטישן [[סולטאן]] און דעם רמב"מ'ס לעבן איז געווען דאדורך אין געפאר. טייל [[היסטאריקער]] (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשולדיגונג פאר א ריכטיגע, אבער א גאנצע ריי אנדערע [[היסטאריקער]] (מונק און אגדערע) האבן באוואויזן, אז די באשולדיקונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון רמב"ם ביי אלע אידן איז געווען [[גרויס]] סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכן טויט. | |||
==שבחים== | |||
ווען מען איז אין [[ירושלים]] געוואויר געווארן פון רמב"מ'ס [[פטירה]] האט מען אין דער הפטרה געזאגט דעם ספור פון עלי אין [[ספר שמואל]] מיט די [[ווערטער]] "כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים "ממשה ועד משה לא קם כמשה", "פון [[משה רבנו]] איז ניט געוען אזוי ווי דער רמב"ם". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט "בחיי דמרנא ורבנא רבנו משה בן מימון". | |||
==ביבליאגראפיע== | |||
ועגן רמב"ם זענען גע- שריבן געווארן זייער פיל [[ספרים]] און בי" כער און אפ[[האנדלונג]]ען. אין דוד יעלינס ;רבי משה בן מימון? ([[ווארשע]] 1808) איז פאראן א [[ביבליאגראפיע]] פון די אלע אוייטגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צו" געקומען נאך פיל אנדערע אויבעטן, בא- זונדערס אין יאר 1988 ווען מען האט גע[[פייער]]ט דעם 800 [[געבורט]]-יאר פון רמב"ם. עס איז אויך פאראן א בילך פון רמב"ם, אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א ש[[פעטער]] צייט און איז וואף- שיינלעך א פאלסיפיקאט; דאקעגן איז פאראן די אייגענע האנט[[שריפט]] פון רמב"ם און זיין אונטער[[שריפט]]. -- זע אויך גרעץ, דברי ימי ישראל; דעם מבוא פון קויפמאן (אבן [[שמואל]]) צום . ,[[מורה נבוכים]]'; אחדר העם השכל" (אין על פרשת דרמים. | |||
[[he:רמב"ם]] | |||
{{קרד/פאלקס-ענצ}} | {{קרד/פאלקס-ענצ}} |
רעוויזיע פון 00:53, 18 מערץ 2024
דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער 18'טע י"ה | |
געבורט |
1138 ד'תתצ"ח קורדובה, האימפריה המוראביטונית |
---|---|
פטירה |
כ' בטבת ד'תתקס"ה פוסטאט, הסולטנות האיובית |
כינוי | הרמב"ם, הר"מ, הנשר הגדול |
מקום קבורה | קבר הרמב"ם, טבריה |
מדינה | אל-אנדלוס, מרוקו, מצרים |
וואוין אָרט | קהיר,פוסטאט |
תפקידים נוספים | ראטגעבער און פערזענליכע דאקטער פון דער מצרי'שע קעניג |
רבי'ס | זיי פאטער רבי מימון הדיין, רבי יוסף אבן מיגאש, רבי יהודה הכהן אבן סוסאן. |
תלמידים | זיין זון רבי אברהם בן הרמב"ם, רבי יוסף בן יהודה אבן עקנין, רבי חננאל בן שמואל און פיל אנדערע |
ספרים | מילות ההגיון, פירוש המשנה, משנה תורה, אגרות, תשובות הלכתיות, מורה הנבוכים, מעדיצינישער ווערק און פארלוירענע אדער טיילווייז פארלוירענע ווערק. |
זרם | אריסטוטליאניזם (אנ'), יהדות רבנית |
---|---|
תחומי עניין | הלכה, תאולוגיה, מטאפיזיקה, לוגיקה, אתיקה, רפואה, אסטרונומיה |
הושפע מ | אריסטו, אל-פאראבי, אבן באג'ה, אבן סינא |
משה בן מימון (רמב"ם) איינער פון די באדייטנדסטע פערזעגלעכקייטן אין דער יידישער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין רעליגיעזן יידנטום, באקאנט אויך אין דער אלגעמיינער געשיכטע פון פילאזאפיע אלס "מיימאנידעס". דער רמב"ם ("רבנו משה בן מימון") איז געבוירן געווארן אין קארדאווא אין שפאניע ערב פסח ד' אלפים תתצ"ה (1135) און איז געשטארבן אין פאסטאט אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה (1204).
ביאגראפיע
אין דער יגנט האט דער רמב"ם געלערנט ביי זיין פאטער רבי מימון נישט נאר יידישער לימודים נאר אויך וועלטלעכע לימודים, אין יאר 1148 איז מימון געווען געצואונגען צו אנט- לויפן מיט זיין פאמיליע פון שפאניע צוליב די פארפאלגונגען אויף אידן דורך דער פאנאטישער מאכמעדאנער סעקטע די אלמוהאדן; ער האט מיטגענומען מיט זיך זיינע צוויי זין, דוד און משה. אין נאך פיל וואנדערונגען באזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון-אפריקע, אין יאר 0 אבער אויך דארט איז פארגעקומען א גזרת שמד אויף אידן דורך די מאכמעדאנער און נאכדעם ווי רבי מימון און זיינע קינדער האבן געלעכט עטלעכע יאר אין געהיים אלס אידן זענען זיי פון דארט אנטלאפן איבער ארץ-ישראל קיין מצרים (לערך 1168), און זיי האבן זיך באזעצט צוערשט אין אלעקסאנדריע און דערנאך אין פאסטאט לעבן קאחהיר.
דער רמב"ם האט דא געליטן פיל פאמיליע-ליידן, זיין פאטער איז געשטארבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האט געהאנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאנצע פאמיליע, איז דערטרונקען געווארן פארנדיק אויף א שיף. דער רמב"ם האט אין פאסטאט לעבן קאירא, ואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון | עגיפטישן סולטאן, גענומען לערך דעם יאר 1170 פראקטיצירן אלס דאקטאר מע- דיצין און ער האט שנעל זיך דערווארבן א נאמען אלס בארימטער דאקטאר. ער איז געווען לייב-דאקטאר צוערשט פון גרויס-וויזיר און דערנאך פון סולטאן סא" לאדין און הויף.
דורך דער גאנצער צייט, (אין צפון-אפריקע און מצרים) האט ער אויך פארעפנטלעכט ספרים, און ער איז געווען בארימט אלס גרויסער למדן און דענקער, די אידן אין מצרים האבן אים באשטימט צוערשט אלס זייער פירער מיטן טיטל נגיד (אזא מיינונג איז פאראן ביי טייל היסטאריקער). ער האט פאר זיינע דאזיקע יידישע אמטן ניט גע- | נומען קיינע געלט-באלוינונג, גאר פאר- קערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישי- בות, צעטיילט פיל צדקה. זיין נאמען אי געווארן בארימט ניט נאר אין מצרים נאר אויך אין אלע וייטע לענדער, וואו עס האבן געוואוינט אידן. מען האט זיך געווענדעט צו אים איבעראל מיט שאלות ותשובות.
דער רמכ"ם איו געשטארבן אין עלטער פון 70 יאר, און ווי עס ווערט דערציילט האט מען אים געפירט פון מצרים קיין ארץ ישראל און קובר געווען אין טבריה, וואו מען ווייזט אן ביז הייג" טיקן טאג אויף דעם קבר פון רמב"ם, אין יאר 1928 האט מען אין דער גנאג" צער יידישער וועלט געפייערט דעם 800 יאריקן יובל פון רמב"מס געבורט; עס זענען דערשינען פיל ספרים אין פארשי- דענע שפראכן וועגן רמב"ם. --
ווערק און איינפלוס
דער רמב"ם האט געהאט אן איינפלוס אויף דעם גאנצן יידישן רעליגיעזן לעבן אין פארלויף פון הונדערטער יארן דורך זיינע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען א וועגווייזער אין אלע געביטן, אין הלכה, אין פילאזאפיע, אין עטיק און אין טייל וויסענשאפטלעכע געביטן, די צוויי הויפט-ספרים פון רמב"ם זענען דער "משנה תורה" אדער ווי מען האט עס אויך גערופן "יד החזקה", און דער "מורה נבוכים".
משנה תורה
אויף דעם "משנה תורה" ("יד החזקה" הייסט עס וייל י"ד איז 14 און דאס ספר באשטייט פון 14 אפטיילונגען, ספרים) האט דער רמב"ם געארבעט 10 יאר און האט אים געענדיקט אין יאר 0, דאס איז די זאמלונג פון אלע הלכות וואס זענען פאראן צעשפרייט איבער דעם תלמוד, סיי בבלי און סיי ירושלמי, וי אויך אנדערע ספרים פון תנאים און אמוראים, ווי ספרא, ספרי. תוספתא און אנדעדע. זיי זענען דורכן רמב"ם געווארן קלאסיפיצירט, איינגעטיילט לויט זייער שייכות, וואו הלכות שבת באזונדער, הלכות קרבנות באזונדער און אזוי כסדו: דער רמב"ם האט אויסגעמיטן די אלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריאס וואס זענען פאראן אין תלמוד און ער האט געגעבן נאר דעם תמצית פון דער הלכה; דאס ספר ,,משנח תורה" איז געשריבן אין א קלארן הע- ברעאישן משנה-סטיל, אזוי אז יעדער זאל עס קאנען פארשטיין.
אין אנהויב פון משנה תורה גיט דער רמב"ם אויך אלס ,,הלכה" געוויסע פילאזאפישירעלי- גיעזע עקרים און לימודים ואוועגן דער געטלעכקייט, גוטער אויפירונג פון מענטש, הנחגות אין עסן, קליידונג, הי" גיענע וכדומה; דאס האט דער רמב"ם אנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט דעם משנה תורה מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געווארן גרויס און קיינער האט ניט קיין צייט און עס איז שוואוער צו לערנען די גמרא און די פירושים פון די גאונים, און ער האט דעריבער גע" געבן פאר דעם פאלק דאס ספר, כדי נאב- דעם ווי מען האט געלערנט תורה וואועט מען אדורכלערנען דאס ספר און ויסן אלע הלכות.
אויף דעם משנה תורה זע" נען געשריבן געווארן פיל השגות (קרי- טיק) און פירושים. די וויכטיקסטע פון זיי זענען די ,,השגות" פון רבי אברהם בן דוד (ראב"ד), און פון די פירושים דער, כסף משנה" פון רבי יוסף קאר דער משנה תורה פון רמב"ם אין נאך ביים רמב"מס לעבן אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, און הגם עס זענען געווען טייל וואס האבן אים קריטיקירט, וייל זי האבן מורא געהאט אז דאס וועט אינגאנצן מבטל מאכן דאס לערנען גמרא, איז אבער דאס ספר אנגענומען געווארן אפילו דורך די קעגנער.
מען רופט דאס ספר אין דער לומדים:וועלט מיטן סתם- נאמען, דער רמב"ם?, למשל, ,דער רמב"ם פסקנט" וכדומה,
מורה נבוכים
דאס צווייטער גרויסער און וויכטיגר ספר פון רמב"ם, וואס האט אבער ארויסגערופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער "מורה נבוכים", וועלכן דער רמב"ם האט געשריבן אין דער אראבישער שפראך און ער איז איבערזעצט געווארן אין העברעאיש דורך רבי שמואל אבן תבון (פאראן נאך אן אנדערע איבערזעצונג פון רבי יהודה אל חריזי); דער טייטש פון "מורה נבוכים" איז "וועג־ווייזער פאר די בלאנדזשענדע".
כדי צו פארשטיין די באדייטונג און דעם איינפלוס פון "מורה נבוכים" דארף מען ווייסן, אז דעמאלט איז געווען א צייט פון אויפלעבונג פון פילאזאפיע און וויסנשאפטן אין די אראבישע לענדער וועלכע האבן זיך געצויגן פון שפאניע (און אין א געוויסער מאס אויך פון דרום-פראנקרייך) איבער אלע לענדער פון צפון-אפריקע ביז מיטל-אזיע. דאס איז געווען די גלאנץ עפאכע פון דער אראבישער קולטור; די ווערק פון די אלטע גריכישע פילאזאפן, באזונדערס פון אריסטאטעלס, זענען געווען גרינטלעך שטודירט סיי דורך די אראבישע דענקער, סיי אויך דורך די יידישע געבילדעטע פערזענלעכקייטן אין יענער צייט, עס זענען אנשטאנען פראבלעמען, וועלכע האבן אנגערירט די יסודות פון יעדער אמונה בכלל. אזעלכע פראגן, ווי דאס זוכן באווייזן אז עס אין פאראן א גאט, וואס האט די וועלט באשאפן און פירט די וועלט ('מציאות השם'), דאס פראבלעם פון, ידיעה ובחירה, דאס פראבלעם ווי קען מען גאט, וואס איז א גייסטיקייט, צושרייבן אזעלכע אינשאפטן ווי גוט, רחמן וכדומה. די דאזיקע פראבלעמען, וועלכע זענען אייגנטלעך דער רעזולטאט פון נישט פארלאזן זיך אויף טראדיציע אליין אין אמונה־זאכן, נאר דאס וועלן פארשן די אלע גלויבונגען אין ליכט פון וויסנשאפט, האבן א סך געבילדעטע אידן אין יענער צייט אראפגעפירט פון וועג פון אמונה. עס איז אנטשטאנען די הויפט-פראגע: צי קאן מען איסגלייכן רעליגיע מיט ויסנשאפט.
דעם דאזיקן ציל האט געהאט פאר זיך דער רמב"ם, ווען ער האט געשריבן דעם "מורה נבוכים", דעם "וועגווייזער פאר די בלאנדזשענדע". ער האט אים געשריבן פאר זיינס א תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און ער האט אים געשריבן מיט א כוונה אין דער אראבישער שפראך, כדי ער זאל זיין צוגענגלעך פאר די דעמאלטיקע יידישע משכילים וועלכע הוואבן העברעאיש שוואך פארשטאנען.אבער די גרעסטע ווירקונג האט דאס ספר געהאט אין זיין העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל דורות יידישע פארשער און דענקער.
דער "מורה נבוכים" באשטייט פון עטלעכע טיילן. דער ערשטער באהאנדלט די נעמען און די תארים, אטריבוטן, פון גאט, וואס ווערן געבראכט אין תנ"ך, וואו למשל גאט איז גוט, בארמהארציג וכדומה. דער רמב"ם ערקלערט דאס אלץ אין אלעגארישן זין, און ער האלט, אז איבערהויפט קען מען די תארים, די "מעלות", פון דער געטלעכקייט נאר נעמען אין נעגאטיון זין, דאס הייסט, אז ווען מיר זאגן "גאט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אז וועגן גאט קען מען נישט זאגן אז ער איז שלעכט. דער צווייטער טייל באהאנדלט די באווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאט און דער שאפונג פון דער וועלט, ווי אויך דעם וועזן פון דער נבואה ערשיינונג. דער דריטער טייל באהאנדלט די באציאונג פון גאט צו מענטש, די פראבלעמען פון גוט און שלעכט, שכר ועוגש, ידיעה ובחירה, דער געטלעכער השגחה, ווי אויך די טעמים פון די מצוות פון דער תורה.
אין דעם פילאזאפישן טייל פון ספר גייט דער רמב"ם אין דער שיטה פון אלט-גריכישן פילאזאף אריסטאטל, מיטן אויסנאם פון פראבלעם וועגן דער וועלט -שאפונג, אין וועלכער אריסטאטל (אריסטו) האלט פון קדמות העולם, אז די וועלט עקזיסטירט פון אייביג אן און דער רמב"ם האלט פון "חידוש העולם", אז די וועלט איז באשאפן געווארן "יש מאין", פון גארנישט.
דער מורה נבוכים האט שוין ביים רמב"מ'ס לעבן ארויסגערופן א שטורם פון קעגנערשאפט ביי א סך פרומע יידישע גדולים, וועלכע האבן געהאלטן, אז פיל מיינונגען זענען קעגן דער אמונה. באונדערס דעם רמב"מ'ס מיינונג וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאכן טויט, זיי האבן חושד געווען, אז דער דמב"ם לייקנט אין תחיית המתים. דערויף האט דער רמב"ם אנגעשריבן זיין "מאמר תחיית המתים", אבער דאס האט נישט געהאלפן. די קעגנער האבן געהאלטן, אז איבערהויפט איז דער גאנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט פילאזאפיע און פרואוואון אויסטייטשן אמונה-זאכן מיט דער הילף פון חקירה א פאלשער, און ער ברענגט דערצו, אז מען גייט אוועק פון דער אמונה בכלל.
נאכן טויט פון רמב"ם האט אין דרום-פראנקרייך און שפאניע זיך צעפלאקערט דאס פייער פון מחלוקה ארום דעם רמב"מס מורה נבוכים; אזעלכע גרויסע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, רבינו יונה און אנדערע האבן מחרים געווען דאס ספר און אויך דעם טייל "ספר המדע" פון "משנה תורה". מען האט דערפירט דערצו אז גלחים האבן פארברענט דעם מורה נבוכים.
דער דאזיקער קאמף איז געפירט געווארן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאר פרומע אידן, באזונדערס אן די מאדערנע עפאכע אין די קרייזן פון חסידים, הנם זיי האבן ניט געוואגט צו רעדן קעגן רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן, דער רמב"ם ז"ל, האבן אבער ניט געלאזט לערנען אין מורה נבוכים.
דער מורה נבוכים האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דעם רעליגיעז-פילאזאפישן געדאנקענגאנג ניט נאר אין דער יידישער נאר אויך אין דער ניט-יידישער ועלט, אויף אזא קריסט-לעכן סכאלאסטיקער וי אלבערט מאגנוס, און אויך אויף אלגעמיינע פילאזאפן וי שפינאזא און אנדערע. ער איז איבערזעצט געווארן אין פיל אייראפעאישע שפראכן (לאטיין, דייטש, פראנצויזיש, ענגליש און אנדערע).
צום מורה נבוכים זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער דערשינען אין תל:אביב מנוקד מיט א פירוש און איינלייטונג פון דר. יהודה קויפמאן.
אנדערע ווערק
אחוץ די דאזיקע צוויי הויפט-ספרים האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אנדערע וויכטיקע ספרים: 1) ,ספר המצוות (אין אראביש, איבערזעצט אין העברעאיש), 2) פירוש אויף משניות (אין אראביש, איבערזעצט אין העברעאיש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די "שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע; 3) שאלות ותשובות "פאר הדור"; 4) "אגרת תימן" (וועגן משיח און פאלשע משיחים; 6) "אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען געצוואונגען עפנטלעך צו אנערקענען די מאכמעדאנישער רעליגיע און אין געהחיים זענען זיי געבליבן אידן); 8) "מלות הגיון" איבער לאגיק און פילאזאפישע באגריפן; 6) "פרקי משה" איבער מעדיצינישע פראגן; אויך אנדערע ספרים, וואס וועגן טייל פון זיי איז א צווייפל צי זיי שטאמען פון רמב"ם ("פרקי ההצלחה" און אנדערע).
אין זיין פירוש המשניות צום פרק חלק אין סנהדרין באהאנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, וואס זענען די עקרים, די הויפט-יסודות פון דער ידישער אמונה, און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 13 "אני מאמין", וואס זענען אריינגענומען געווארן אין סידור צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען.
קאנטרעוועסיע איבער מוסלאמינער אנוס
עס איז אויך צו פארצייכענען די מיינונג-פארשידענקייט, וואס איז אנשטאנען צווישן די היסטאריקער אין דער פראגע, צי האט דער רמב"ם ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון-אפריקע, בעת דער שמד-גזרה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער רעליגיע. אזא באשולדיגונג איז געבראכט געווארן קעגן רמב"ם דורך זיינס א שונא, אן אראבישן דאקטאר, וועלכער האט וועגן דעם פאר'מסר'ט דעם רמב"ם צום עגיפטישן סולטאן און דעם רמב"מ'ס לעבן איז געווען דאדורך אין געפאר. טייל היסטאריקער (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשולדיגונג פאר א ריכטיגע, אבער א גאנצע ריי אנדערע היסטאריקער (מונק און אגדערע) האבן באוואויזן, אז די באשולדיקונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון רמב"ם ביי אלע אידן איז געווען גרויס סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכן טויט.
שבחים
ווען מען איז אין ירושלים געוואויר געווארן פון רמב"מ'ס פטירה האט מען אין דער הפטרה געזאגט דעם ספור פון עלי אין ספר שמואל מיט די ווערטער "כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים "ממשה ועד משה לא קם כמשה", "פון משה רבנו איז ניט געוען אזוי ווי דער רמב"ם". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט "בחיי דמרנא ורבנא רבנו משה בן מימון".
ביבליאגראפיע
ועגן רמב"ם זענען גע- שריבן געווארן זייער פיל ספרים און בי" כער און אפהאנדלונגען. אין דוד יעלינס ;רבי משה בן מימון? (ווארשע 1808) איז פאראן א ביבליאגראפיע פון די אלע אוייטגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צו" געקומען נאך פיל אנדערע אויבעטן, בא- זונדערס אין יאר 1988 ווען מען האט געפייערט דעם 800 געבורט-יאר פון רמב"ם. עס איז אויך פאראן א בילך פון רמב"ם, אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א שפעטער צייט און איז וואף- שיינלעך א פאלסיפיקאט; דאקעגן איז פאראן די אייגענע האנטשריפט פון רמב"ם און זיין אונטערשריפט. -- זע אויך גרעץ, דברי ימי ישראל; דעם מבוא פון קויפמאן (אבן שמואל) צום . ,מורה נבוכים'; אחדר העם השכל" (אין על פרשת דרמים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!