אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלפאנסאס בוקאנטאס"
(עטליכע ענדערונגען) |
(אוועקגענומען 'בעבודה') |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|אידיש־ליטווישער דיכטער}} | {{דעסקריפציע|אידיש־ליטווישער דיכטער}} | ||
{{יתום}} | {{יתום}} |
רעוויזיע פון 21:37, 21 פעברואר 2024
געבורט |
סעפטעמבער 11, 1941 (יארגאנג: 83) דאַפּשהיי, ליטע |
---|---|
וואוינארט | ווילנע |
פאך | דיכטער |
אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס (ליטוויש: Alfonsas Bukontas; געבוירן סעפטעמבער 11, 1941) איז אַ ליטווישער דיכטער פון דער אידישער אָפּשטאַם.
לעבנס געשיכטע
אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס איז געבוירן סעפּטעמבער 11, 1941, אינעם דאָרף דאַפּשהיי אין זאַמעט (יעצט – אין באַשטאַנד פונעם מאָזשייקער ראַיאָן פון ליטע). סוף יוני פון דעם זעלבן יאָר איז ליטע אָקופּירט געוואָרן דורך די דייטשן. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס'עס משפּחה איז אומגעברענגט געוואָרן ווי אַלע אידן. ער אַליין איז געבליבן לעבן אַ דאַנק ליטווינער וועלכע האָבן אים געראַטעוועט, באַהאַלטן און אויסגעכאָוועט. אַלס דיכטער האָט אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס אנגעהויבן אין 1958. אין 1964 האָט ער פאַרענדיגט דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם ווילנער אוניווערסיטעט. ער איז געווען אַ לערער אין שולן און אַ מיטארבעטער אין רעדאַקציעס פון צייטונגען און זשורנאַלן. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס האָט איבערגעזעצט אין ליטוויש דיכטונג פון דייטש, רוסיש, פויליש ווי אויך פון אַנדערע שפּראַכן. ער האָט איבערגעזעצט פון אידיש לידער פון משה קולבאק און אברהם סוצקעווער, פון העברעאיש - לידער פון יהודה עמיחי. אין 1997 האָט דער דיכטער צוזאמענגעשטעלט און אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס האָט אין זיך איינגעשלאָסן משה קולבאַק'ס פּאָעמע "ווילנע" אינעם אָריגינאַל אויף אידיש און אין איבערזעצונגען אויף ליטוויש, ענגליש, פראַנצויזיש, דייטש, פּויליש און רוסיש.
אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס וואוינט אין ווילנע.
זיינע לידער-זאַמלונגען
- Slenkančios kopos, ווילנע, 1967
- Piešiniai ant vandens, ווילנע, 1972
- Mėnulio takas, ווילנע, 1977
- Penktas metų laikas, ווילנע, 1997
- Vilnius – Lietuvos Jeruzalė, ווילנע, 1997
- Pirštų atspaudai, ווילנע, 2011
אין איבערזעצונג אויף רוסיש
- Пока летит стрела, מאסקווע, 1990
דרויסנדע לינקס
- וועגן אַלפאָנסאַס בוקאָנטקס (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!