אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ירושלים"
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים") |
(טשעקטי: צוגעלייגט דעסקריפציע; אראפגענומען בלאקירטע בילדער) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע| | {{דעסקריפציע|הייליגסטער שטאָט און הויפטשטאט פון מדינת ישראל}} | ||
{{יישוב| | {{יישוב| | ||
|נאמען=ירושלים | |נאמען=ירושלים | ||
שורה 88: | שורה 88: | ||
כאטש וואס אין מדינת ישראל איז ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט איז אבער ירושלים נישט אנערקענט אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל דורך רוב מדינות איבער דער וועלט. | כאטש וואס אין מדינת ישראל איז ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט איז אבער ירושלים נישט אנערקענט אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל דורך רוב מדינות איבער דער וועלט. | ||
אין דעם זעקסטן פון דעצעמבער 2017 איז די [[ | אין דעם זעקסטן פון דעצעמבער 2017 איז די [[פאראייניגטע שטאטן]] געווארן די ערשטע מדינה צו פארמאל אנערקענען ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און אין פעברואר 2018 האט די פאראייניגטע שטאטן אריבערגעפירט איר אמבאסאדע פון [[תל אביב-יפו|תל אביב]] קיין ירושלים. | ||
מאמענטאל ווערט ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל דורך פינף מדינות: די [[ | מאמענטאל ווערט ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל דורך פינף מדינות: די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[גואטאמאלע]], [[האנדורעס]], [[פּאַפּואַ ניו גיני]] און די טייל-אנערקענטע [[קאָסאָווע]]. | ||
==געאגראפיע== | ==געאגראפיע== | ||
שורה 97: | שורה 97: | ||
==טראנספארט== | ==טראנספארט== | ||
[[טעקע:Porush Bus.JPG|קליין|220px|[[ירושלים צענטראלע אויטאבוס סטאַנציע]]]] | [[טעקע:Porush Bus.JPG|קליין|220px|[[ירושלים צענטראלע אויטאבוס סטאַנציע]]]] | ||
[[טעקע:Jerusalem Light Rail02.JPG|קליין|220px|דער טראמוויי אויפן [[סטרונעס בריק]]]] | [[טעקע:Jerusalem Light Rail02.JPG|קליין|220px|דער טראמוויי אויפן [[סטרונעס בריק]]]] | ||
שורה 178: | שורה 177: | ||
טעקע:The National Library of Israel building - Amitay Katz.jpg|[[מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק]] | טעקע:The National Library of Israel building - Amitay Katz.jpg|[[מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק]] | ||
טעקע:Binyanei-HaUmah.JPG|[[בנייני האומה]] | טעקע:Binyanei-HaUmah.JPG|[[בנייני האומה]] | ||
טעקע:Bible Lands Museum Jerusalem.JPG|[[די ביבל לאַנדס מוזעאום ירושלים]] | טעקע:Bible Lands Museum Jerusalem.JPG|[[די ביבל לאַנדס מוזעאום ירושלים]] | ||
טעקע:PikiWiki_Israel_6489_belz_chassidim_world_center.jpg|דער בית מדרש פון [[בעלזא]] אין ירושלים | טעקע:PikiWiki_Israel_6489_belz_chassidim_world_center.jpg|דער בית מדרש פון [[בעלזא]] אין ירושלים | ||
שורה 208: | שורה 206: | ||
*[http://idfarchives.bloger.co.il/230557/ נא להכיר הקו העירוני שחילק את ירושלים עד 1967 בלוג "מאוצרות ארכיון צה"ל ומעהב"ט"] | *[http://idfarchives.bloger.co.il/230557/ נא להכיר הקו העירוני שחילק את ירושלים עד 1967 בלוג "מאוצרות ארכיון צה"ל ומעהב"ט"] | ||
==רעפערענצן== | == רעפערענצן == | ||
{{ | {{רעפערענצן}} | ||
{{שטעט אין מדינת ישראל}} | {{שטעט אין מדינת ישראל}} |
רעוויזיע פון 00:33, 1 אפריל 2024
|
ירושלים (העברעאיש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס) איז די אָפיציעלע הויפּטשטאָט פון מדינת ישׂראל, דער צענטער פון דעם ייִדישן פאָלק, נאָך פון גאר אַמאָליקע צייטן. די שטאָט איז פאַרהייליגט, אויף די דריי מאָנאָטעיִסטישע, גלויבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטליכע גלויבן. דאָס צענטראַלישקייט פון דער שטאָט, פאַר אַלע גלויבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערייען און וועלט־מלחמות צווישן זיי, ביז היינטיגן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.
די שטאָט פון ירושלים געפונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פון אַ 650-840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים. די שטאָט געפונט זיך אין די עקזייט פון "מדבר-יהודה".
די צאָל פון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צייט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער. די צאָל פון דער פייכטקייט איז ארום 60% .
ריכטיק אויף סוך 2011, איז דאָ אין ירושלים 804,355 בירגער.[1] די בירגערשאַפ מערט זיך, אין אַ צאָל פון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זענען צומישט:
- צווישן זיי 497,000 (62%) וואָס זענען אידן.
- 281,000 (35%) זענען מוסולמענער אַראַבער.
- 14,000 (1.8%) זענען קריסטן.
- די פּראָפּאָרציאָנעלקייט צווישן מענער און פרויען איז : 1015 פרויען, צו 1000 מענער.
דער בירגערמייסטער איז היינט משה ליאן. די שטאטראט האט 31 מיטגלידער.
אין דער היסטאריע
פארצייטישע ירושלים
דער אנהייב פון ירושלים איז געווען אויפן בערגל דרום פון הר הבית וואס מ'רופט היינט עיר דוד. בערך אין יאר ב'ת איז דער יישוב געווארן א שטאט. אין יאר ב'ת"ר - אפשר אפילו פריער - איז ירושלים שוין געווען אן אנגעזעענע באפעסטיגטע כנעענישע שטאט. בערך אין יאר ב'ת"ש האט אדוני צדק, דער מלך פון ירושלים, געפירט די מלכים פון דרום ארץ ישראל אין זייער קריג קעגן יהושע בן נון, וואס האט געזיגט איבער זיי אין עמק איילון. ווען די יבוסים זענען געקומען קיין ירושלים האבן זיי א נאמען געגעבן די שטאט "יבוס"; דער איז געבליבן 200 יאר ביז דוד המלך האט איינגענומען די שטאט. דער פסוק אין שמואל ב, פרק ה, 6-10 (און אויך אין דברי הימים א, יא) פארציילט וויאזוי דוד האט איינגענומען די שטאט. ירושלים איז צום ערשטן באשטימט געווארן אלץ הויפטשטאט אין יאר ב'תתק"נ דורך דוד המלך נאכדעם וואס ער האט געמאכט א בונד מיט די עשרת השבטים אין חברון.
תקופה פון בית ראשון
דוד המלך'ס זון שלמה האט געבויט אין ירושלים דעם בית המקדש. אזוי ווי דער בית המקדש איז חרוב געווארן און מ'האט איבערגעאקערט די שטאט מערער מאל, איז שווער פאר די ארכעאלאגן צו טרעפן קלארע זאכן פון יענער תקופה. דער ערשטער ארט פון ירושלים, וואס מען רופט היינט עיר דוד, געפינט זיך לעבן דעם אראבישן דערפל סילוואן (דאס איז אראביש פארן שילוח).
ביז די יארן פון דער מלך חזקיהו (אין יאר ג'ר') האט זיך ירושלים פארגרעסערט אויף דעם מערב בערגל (היינט געפינט זיך דארטן דאס אידישע פערטל און דאס ארמענישע פערטל. אין יענע יארן האט די מיליטער פון אשור באלעגערט די שטאט, אבער זיי האבן נישט געקענט זי אייננעמען. איין טעם איז געווען דער שילוח טונעל דורך וואס וואסער האט אריינגעשטראמט אין דער שטאט פון דעם גיחון קוואל וואס איז דרויסן פון די מויערן פון ירושלים. צום זענען מלאכי חבלה געקומען און אויסגעהרגעט גאר די מיליטער פון אשור.
אין יאר ג'שכ"ח האט די מלוכה פון בבל געהערשט איבער מלכות יהודה; דער מלך יהויכין און אלע חשובע אידן אין ירושלים זענען פארטריבן געווארן אין גלות. נבוכדנצר האט ארויפגעשטעלט צדקיהו אויף דעם טראן, אבער נאך 11 יאר האט ער מורד געווען און נבוכדנצר האט חרב געמאכט דעם בית המקדש אין יאר ג'של"ט. ווערנט די יארן האבן די ארכעאלאגן אנטפלעקט עטליכע פייל-שפיצן פון די בבליים.
תקופה פון בית שני
מיטל אלטער
ירושלים איז אריבער אונטער דער הערשאפט פון די אומאיאדן ביז 750. דערנאך איז די הערשאפט אריבער צום אבאסישן כאליפאט ביז 969, ווען ירושלים איז אריבער צו דער פאטימישער דינאסטיע. דער מיטל מזרח, כולל ארץ ישראל, איז דעמאלסט אריין אין א נישט סטאבילער תקופה בי די סעלזשוקן האבן איינגענומען ירושלים אין 1071 אויף א קורצער תקופה.
מאדערנע תקופה
אין 1860 האט מען אנגעהויבן בויען נייע געגנטן אינדרויסן פון די מויערן פון ירושלים. דער ערשטער געגנט איז געווען משכנות שאננים, די קאלאניע וואס משה מאנטיפיארי האט אויפגעשטעלט. מען האט באזעצט דעם געגנט אין 1866. א פאר יאר שפעטער אין 1868 האט הרב דוד בן שמעון פון מאראקא געבויט "מחנה ישראל", א געגנט פון קליינע הייזער מיט א שול "צוף דבש". אין 1869 האט רבי יוסף ריוולין אויפגעשטעלט נחלת שבעה. נאכהער האט דער עושר ר' דוד ריס מנדב געווען געלט צוצובויען צען הייזער מיטן נאמען "בית דוד" לעבן נחלת שבעה.
מרחשון תרל"ד (1873) האט ר' יוסף ריוולין געמאכט אן אסיפה דריי טעג אדורכצושמועסן אויפשטעלן נאך א געגנט ארויס פון די מויערן. רב מאיר אויערבאך אב"ד קאליש, און ראב"ד פונעם אשכנזישן בית דין אין ירושלים האט געגעבן א גרויסער סומע געלט פאר דעם צוועק, און האט אויך געקויפט פינף הייזער פאר זיינע יורשים, בתנאי אז טאמער איינער פארלאזט ארץ ישראל פארלירט ער זיין חלק אין דער ירושה.
אין אנהייב פון די 1970ער יארן האט מען אויפגעשטעלט די מדינת ישראל פאליציי הויפטקווארטיר אין קריית הממשלה אין מזרח טייל פון דער שטאט. אין אנהייב פון די 1980ער יארן האט מען אויפגעשטעלט דעם בנין פון דער באנק פון מדינת ישראל און אין די 1990ער יארן האט מען אויפגעשטעלט לעבן דער באנק דעם הויכגעריכט אין דער קריית הממשלה אין מערב טייל פון דער שטאט..
וועלט אנערקענונג
כאטש וואס אין מדינת ישראל איז ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט איז אבער ירושלים נישט אנערקענט אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל דורך רוב מדינות איבער דער וועלט.
אין דעם זעקסטן פון דעצעמבער 2017 איז די פאראייניגטע שטאטן געווארן די ערשטע מדינה צו פארמאל אנערקענען ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און אין פעברואר 2018 האט די פאראייניגטע שטאטן אריבערגעפירט איר אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.
מאמענטאל ווערט ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל דורך פינף מדינות: די פאראייניגטע שטאטן, גואטאמאלע, האנדורעס, פּאַפּואַ ניו גיני און די טייל-אנערקענטע קאָסאָווע.
געאגראפיע
ירושלים געפינט זיך אויפן דרום עק פון א פלאטא אין די הרי יהודה, וואס נעמען איין הר הזיתים (צו מזרח) און הר הצופים (צו צפון־מזרח). די אלטשטאט איז הויך אומגעפער 760 מעטער. גאנץ ירושלים איז ארומגענומען מיט טאלן און טייכבעטן (וואדיס). די קדרון און גיא בן הנם טאלן קומען צוזאמען א ביסל דרום פון דער אלטשטאט ירושלים. אין דער צייטן פון דעם תנ"ך איז ירושלים געווען ארומגענומען מיט וועלדער פון מאנדלביימער, איילבירט ביימער און סאסנעס.
טראנספארט
די עפנטליכע טראנספארט אין ירושלים איז געגרינדעט בעיקר אויף צענדליקע שטעטליכע אויטאבוס רוטעס, עטליכע 45% פון די איינוואוינער אין ירושלים ניצן די שטעטליכע אויטאבוסן צו פארן אין דער ארבעט און ארויס פון דער שטאט.
אויטאבוסן
פון די 1930ער יארן זענען די יידישע אויטאבוסן אין ירושלים געווען געפירט דורך דער "המקשר" געזעלשאפט, ביז דער זעקסטאגיגער מלחמה. היינט פירט אגד די אויטאבוס דינסט אין ירושלים. פון דער ירושלים צענטראלע אויטאבוס סטאנציע קען מען אנקומען צו רוב פלעצער אין לאנד. אגד און דן, און נאך פארשידענע געזעלשאפטן, פירן טויזנטער פאסאזשירן, פון און צו ירושלים.
אין מזרח ירושלים געפונט זיך א צענטראלע אויטאבוס סטאנציע, וואו אראבישע אויטאבוסן און טענדערן, פירן כמעט איבערן גאנצן מערב ברעג.
דעם 29סטן יוני 2010 גייט מען מאכן אסאך ענדערונגען אין די אויטאבוס רוטעס אין ירושלים.[2]
באנען
און ירושלים געפונט זיך די מלחה באן סטאנציע, און די תנכישע זאא באן סטאנציע. די באן רייזע קיין תל אביב געדויערט אומגעפער א שעה און פופציג מינוט, וועגן דעם איז די באן נישט אנגענעם פאר פאסאזשירן.
מדינת ישראל באנען בויט דעריבער א נייע באן סטאנציע, קעגן איבער דער אויטאבוס סטאנציע אויף יפו גאס, וואס וועט פארקורצן דעם וועג פון ירושלים קיין תל אביב, צו א האלבע שעה.
זייט 19טן אויגוסט 2011 פארט דער טראמוויי אויף דער רויטער ליניע.
שאסייען
איינע פון די אלטע הויפטגאסן אין ירושלים איז די יפו גאס. היינט זענען די הויפטגאסן שאסיי 60, וואס אין ירושלים ווערט גערופן "שאסיי 1", און דער בעגין שאסיי.
שאסיי נומער 60 פארט אויף צפון קיין ראמאללא, שכם. און אויף דרום, דורך תלפיות געגנט, ביזן דורכגאנג צו בית לחם. שאסיי נומער 60 ווערט גערופן דארט דער "טונעלן שאסיי" וואס טראגט קיין חברון, און באר שבע.
דער שאסיי פון ירושלים תל אביב, פירט אריין אין גבעת שאול און רוממה געגנט, שאסיי 1, ירושלים האט ארויסגעבויט א שאסיי וואס פירט צום צפון טייל ביז פראנצויזישן בערגל, וואס פון דארט קען מען פארן גלייך קיין מעלה אדומים, אזוי אז מען מוז נישט אריבער פארן די שטאט.
אין די 1990ער יארן האט מען אויפגעבויט אין ירושלים דעם בעגין שאסיי, וואס לינדערט די שווערע פארקער אויף לאקאלע גאסן, עס פאנגט זיך אן אין מלחה געגנט, פארט אריבער די געגנטער אויף דער מערב זייט פון שטאט, וואו זי קומט אן קיין עטרות קאמערציאלע געגנט, און דארט ווערט דער שאסיי פארבינדן צו שאסיי 443, דער מודיעין שאסיי.
גאלדא מאיר שאסיי, איז א טייל פון שמואל הנביא גאס, קומט אן קיין רמות, און קיין גבעת זאב.
אין 2022 האט מען געעפנט שאסיי 16, פונעם מוצא איבערבייט מיט שאסיי 1 ביזן גבעת מרדכי איבערבייט אויף בעגין שאסיי.
חינוך
אין ירושלים פועלן אסאך חדרים, ישיבות און מיידלעך סעמינארן. צווישן די ישיבה־גדולה'ס זענען: די מירער ישיבה (די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט), חברון ישיבה, קול תורה, שפת אמת, מרכז הרב און בריסק.
בילדונג
שולעס
ירושלים האט שטאטישע שולעס וואס ווערן געפירט לויט דעם בילדונג מיניסטעריום אין מדינת ישראל, ווי אויך חרדישע חדרים און מיידל שולעס, און אויך אראבישע שולעס.
- יידישע שולעס
אין ירושלים ריכטיק פאר 2010, 61% פון די תלמידים אין כיתה א' זענען חרדים. די געביידעס פון סעקולערע שולעס און קידערגארטנס וואס זענען מער נישט געניצט זענען ווידערגעבויט און געניצט היינט פאר חרדישע מוסדות.
- אראבישע שולעס
די אראבישע בילדונג אין ירושלים גייט אן אין מזרח פון דער שטאט און שליסט איין סיי שטאטישע שולעס סיי פריוואטע.
אקאדעמישע אנשטאלטן
אין ירושלים געפינען זיך אינסטיטוציעס פאר העכערער בילדונג, צווישן זיי די בצלאל אקאדעמיע פאר מאדעלירונג און קונסט, ירושלים הויכשולע פאר טעכנאלאגיע, די אקאדעמיע פאר מוזיק און טאנץ.
אויך אין ירושלים איז דער העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים, וואס ווערט גערעכנט צווישן די 100 פירנדיקע אוניווערזיטעטן אין דער וועלט אין פארשונג, צוזאמען מיט דער אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך. דער אוניווערסיטעט האט דריי קאמפוסן אין דער שטאט: הר הצופים, עדמונד י' ספרא גבעת רם און עין כרם.
ירושלים דינט אויך אלס פלאץ פון אסאך פארשונג אנשטאלטן ווי די ישראלישע אקאדעמיע פון וויסנשאפטן, אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך, ישראלישער אינסטיטוט פאר דעמאקראטיע, וואן ליר אינסטיטוט און שלום הארטמאן אינסטיטוט.
טוריזם
אין 2009 האט מען איינגעשריבן אין די האטעלן אין ישראל 8.1 מיליאן איבערנעכטיקן פון טוריסטן, צווישן זיי 2.6 מיליאן אין ירושלים, קעגן 1.9 מיליאן אין תל אביב. אויך די צאל נאכטלעגערס פון ישראלישער אין יענעם יאר איז געווען העכער אין ירושלים ווי אין תל אביב - 639 טויזנט קעגן 435 טויזנט.[3] די צאל האטעל צימערן אין ירושלים איז מער ווי 10,000 צימערן, און דער פלאן פון דער שטאטראט איז צו העכערן די צאל צימערן נאך 8,000 ביז 2020.
אין 2010 איז ירושלים גראדירט געווארן ערשטער פלאץ אין דער ליסטע פון "בעסטע שטעט פאר שפאצירן און פארוויילן" פונעם מאגאזין "Travel + Leisure", אין דער קאטעגאריע "אפריקע און מיטל מזרח".[4] יענעם יאר איז ירושלים געווארן גראדירט דורכן TripAdvisor וועבזייטל אין זיבעטן ארט אין דער ליסטע פון בעסטע שטעט אין דער וועלט אין דער "קולטור און באזוכן טוריסטישע ערטער" קאטעגאריע.[5] אזוי אויך איז די שטאט אויסגעקליבן געווארן צו זיין די הויפטשטאט פון אראבישער קולטור פאר 2009.
קולטור
מוזעאומס און נאציאנאלע אנשטאלטן
אין ירושלים געפינען זיך די מערהייט פון די צענטראלע קולטורעלע אנשטאלטן אין ישראל, למשל דער ישראל מוזעאום, איינער פון די פירנדע מוזעאומס פאר קונסט אין דער וועלט, וואס נעמט איין דעם היכל הספר וואו ס'איז געשפייכלערט דעם עלצטן תנ"ך אין דער וועלט.
וועטער
אין זומער איז ווארעם און טרוקן, אין ווינטער איז קאלט און עס רעגנט; אמאל שנייט אויך, בפרט אין די הויכע געגנטן.
צווילינג שטעט
- ניו יאָרק, פאראייניגטע שטאטן - 1993
- פראג, טשעכיי
גאַלעריע
בית ראש הממשלה - בית אגיון
דער בית מדרש פון בעלזא אין ירושלים
קינג דעיוויד האטעל - עס איז דער באַאַמטער אַקקאָממאָדאַטיאָן פאַר געסט פון די רעגירונג פון מדינת ישראל
וועבלינק
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: ירושלים |
- אפיציעלע וועבזייטל פונעם ירושלימער מוניציפאליטעט
- Jerusalem.muni.il - אתר האינטרנט של עיריית ירושלים
- המפה הירוקה של ירושלים - מדריך אתרים ועסקים בני קיימא בעיר
- לקט נתונים לרגל יום ירושלים תש"ע, 10 במאי 2010, הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה
- ספריית ירושלים הווירטואלית - מאגר אקדמי של האוניברסיטה העברית ואוניברסיטת אל-קודס
- ישראל ברדוגו, ירושלים של מעלה - פרויקט צילום ממעוף הציפור, כיכר השבת
- הלל כהן, כיכר השוק ריקה - עלייתה ונפילתה של ירושלים הערבית 1967 - 2007, הוצאת עברית, 2007
- מאיה חושן, מיכל קורח, על נתונייך ירושלים 2014, מכון ירושלים לחקר ישראל (קריאת הספר בתצוגה מלאה באתר "גוגל ספרים" )
- אורה אחימאיר ויעקב בר סימן טוב, 40 שנה בירושלים, בהוצאת מכון ירושלים לחקר ישראל.
- שנתון מערכת החינוך בירושלים לשנת 2014
- Jerusalem.com – ירושלים בתמונות, קטעי וידאו וסיורים וירטואליים (ענגליש)
- שמות רבים לירושלים, בתוך: ד"ר לאה מזור, על מקרא הוראה וחינוך
- מכון ירושלים לחקר ישראל: פרסומי מחקר בנושא ירושלים
- השנתון הסטטיסיטי לירושלים, מכון ירושלים לחקר ישראל
- מחקר אודות מנופי הפיתוח של ירושלים (פרויקט "מרום")
- נא להכיר הקו העירוני שחילק את ירושלים עד 1967 בלוג "מאוצרות ארכיון צה"ל ומעהב"ט"
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 באפעלקערונג פון מדינת ישראל לויט יישובים, 2011, צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק
- ↑ ענדערונגען אין בוס רוטעס אין ירושלים
- ↑ "התיירות לישראל 2009 - דו"ח סטטיסטי" פונעם טוריזם ביורא
- ↑ "World's Best Awards 2010 - Africa and the Middle East". Retrieved 2010-07-11.
- ↑ "Jerusalem ranked among the best cities in the world". Retrieved 2010-10-10.
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |