אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חזק חזק ונתחזק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מכלוליזאציע)
שורה 10: שורה 10:
אין [[ספר יהושע]] שטייט געשריבן: {{מנוקד|לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ|{{תנ"ך|יהושע|א|ח|ט}}}}, וואס דערויף שרייבן די [[ספר המנהיג]]{{הערה|{{היברובוקס|אברהם בן נתן הירחי|ספר המנהיג|8912|page=51|קעפל=הלכות שבת, סי' נז}}.}}, און דער [[ארחות חיים (לוניל)|ארחות חיים]]{{הערה|<!--{{היברובוקס|אהרן, הכהן, מלוניל|ארחות חיים|40307|page=60}}-->[https://machon.oretzion.com/document/-8586958588040781916TfilaA.pdf#page=463 הלכות שני וחמישי אות יט].}} אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - '''חזק ואמץ'''"{{הערה|שם=רבה|די ראשונים האבן געהאט א גירסא אין {{מדרש רבה|בראשית|ו|ט}}, אז הקב"ה האט געטראפן [[יהושע]] מיט א [[ספר תורה]] אין האנט, און דערפאר אים געוואונטשן חזק ואמץ, און לערנען פון דעם ארויס אז פאר יעדער עולה לתורה וואס כאפט אן דעם ספר תורה רופט מען אויס חזק. ביי אונז איז אבער די גירסא אין מדרש מְצָאוֹ יוֹשֵׁב וְסֵפֶר "מִשְׁנֵה תּוֹרָה" בְּיָדוֹ.}}. אזוי ווערט דער מנהג אראפגעברענגט אין [[בית יוסף]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלט|מפרש=בית יוסף|אן=נאמען}}.}} און [[רמ"א]]{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|קלט|יא|מפרש=רמ"א|אן=נאמען}}.}}, און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די [[נוסח איטאליע|איטאליענער אידן]]. דער כנסת הגדולה שרייבט{{הערה|{{היברובוקס|2=כנסת הגדולה - אורח חיים|3=14597|page=43}}; ווערט אראפגעברענגט אין {{שלחן ערוך|אורח חיים|קלט|יא|מפרש=כף החיים|סק=נו}} אלס ירושלים'ער מנהג, און ברענגט פון [[יפה ללב]] אז דער מנהג איז אויך צו זאגן אזוי פאר יעדע שליח ציבור.}}, אז דער מנהג ביי זיי איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך!', און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', און אזוי איז טאקע איינגעפירט ביי די ספרדים [[נוסח ספרד|ספרדים]]{{הערה|[[ילקוט יוסף]] [https://www.yalkut.info/2020/07/12/סימן-קמא-דיני-קורא-ומקרא/ סימן קמא – דיני קורא ומקרא] סעיף ה'.}}
אין [[ספר יהושע]] שטייט געשריבן: {{מנוקד|לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ|{{תנ"ך|יהושע|א|ח|ט}}}}, וואס דערויף שרייבן די [[ספר המנהיג]]{{הערה|{{היברובוקס|אברהם בן נתן הירחי|ספר המנהיג|8912|page=51|קעפל=הלכות שבת, סי' נז}}.}}, און דער [[ארחות חיים (לוניל)|ארחות חיים]]{{הערה|<!--{{היברובוקס|אהרן, הכהן, מלוניל|ארחות חיים|40307|page=60}}-->[https://machon.oretzion.com/document/-8586958588040781916TfilaA.pdf#page=463 הלכות שני וחמישי אות יט].}} אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - '''חזק ואמץ'''"{{הערה|שם=רבה|די ראשונים האבן געהאט א גירסא אין {{מדרש רבה|בראשית|ו|ט}}, אז הקב"ה האט געטראפן [[יהושע]] מיט א [[ספר תורה]] אין האנט, און דערפאר אים געוואונטשן חזק ואמץ, און לערנען פון דעם ארויס אז פאר יעדער עולה לתורה וואס כאפט אן דעם ספר תורה רופט מען אויס חזק. ביי אונז איז אבער די גירסא אין מדרש מְצָאוֹ יוֹשֵׁב וְסֵפֶר "מִשְׁנֵה תּוֹרָה" בְּיָדוֹ.}}. אזוי ווערט דער מנהג אראפגעברענגט אין [[בית יוסף]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלט|מפרש=בית יוסף|אן=נאמען}}.}} און [[רמ"א]]{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|קלט|יא|מפרש=רמ"א|אן=נאמען}}.}}, און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די [[נוסח איטאליע|איטאליענער אידן]]. דער כנסת הגדולה שרייבט{{הערה|{{היברובוקס|2=כנסת הגדולה - אורח חיים|3=14597|page=43}}; ווערט אראפגעברענגט אין {{שלחן ערוך|אורח חיים|קלט|יא|מפרש=כף החיים|סק=נו}} אלס ירושלים'ער מנהג, און ברענגט פון [[יפה ללב]] אז דער מנהג איז אויך צו זאגן אזוי פאר יעדע שליח ציבור.}}, אז דער מנהג ביי זיי איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך!', און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', און אזוי איז טאקע איינגעפירט ביי די ספרדים [[נוסח ספרד|ספרדים]]{{הערה|[[ילקוט יוסף]] [https://www.yalkut.info/2020/07/12/סימן-קמא-דיני-קורא-ומקרא/ סימן קמא – דיני קורא ומקרא] סעיף ה'.}}


דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער [[אבודרהם]] ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר{{הערה|{{שיתופתא|1=Abudarham/,_Shabbat_Prayers,_Torah_Reading?selectedunittext=3|2=סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'}}.}}. שפעטער איז געווארן איינגעפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|י|יב}}.}} {{ציטוטון|חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ}}{{הערה|שם=3חזק|זעט: {{ערוך השולחן|אורח חיים|קלט|טו}}, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און [[מאור ושמש]] [[שית:Maor_VaShemesh,_Vayechi.17|פרשת ויחי]] וואו ער ברענגט דער נוסח פון דריי מאל חזק.}}. לויט מנהג [[פראנקפורט]], זאגט מען '''"חֲזַק וְנִתְחַזַּק"'''{{הערה|{{היברובוקס|רבי שלמה זלמן גיגר|דברי קהלת|6822|page=90|פרשת מסעי, עמ' 89}}; [https://www.moreshesashkenaz.org/mm/publications/Madrich.pdff#page=27 מדריך למנהג אשכנז המובהק], עמ' 27.}}. אין פארשידענע קהילות פון יוצאי ספרד און פארטוגאל פירט מען זיך צו זאגן, "חזק ונתחזק חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'"{{הערה|הרב שם טוב גגין ברענגט די לשון אלס מנהג פון די [[בית הכנסת הפורטוגזי באמסטרדם|ספרדים אין אמסטערדאם]]. ער ברענגט אויך אז אין לאנדאן איז דא אן ענליכע מנהג, אבער אן די ווערטער "חזק ונתחזק" ({{היברובוקס|2=כתר שם טוב|3=14392|page=311|באנד=חלק א|מקום הוצאה=[[קיידאן]]|שנת הוצאה=ה'תרצ"ד|עמ=רפ"ח-רפ"ט}}). די לשון (אריינגערעכנט "חזק ונתחזק") ברענגט אויך הרב דוד די סולה פול, '''תפלות למועדים כפי מנהג הספרדים באמריקא''', ניו יורק 1997 עמוד 272.}}.
דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער [[אבודרהם]] ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר{{הערה|{{שיתופתא|Abudarham,_Shabbat_Prayers,_Torah_Reading/4|סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'}}. דער אבודרהם לערנט אפ דער אריגינעלער מנהג פון ספר המנהיג, אז נאר פאר'ן לעצטן עולה פון יעדע פרשה האט מען געזאגט חזק.}}. שפעטער איז געווארן איינגעפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|י|יב}}.}} {{ציטוטון|חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ}}{{הערה|שם=3חזק|זעט: {{ערוך השולחן|אורח חיים|קלט|טו}}, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און [[מאור ושמש]] [[שית:Maor_VaShemesh,_Vayechi.17|פרשת ויחי]] וואו ער ברענגט דער נוסח פון דריי מאל חזק.}}. לויט מנהג [[פראנקפורט]], זאגט מען '''"חֲזַק וְנִתְחַזַּק"'''{{הערה|{{היברובוקס|רבי שלמה זלמן גיגר|דברי קהלת|6822|page=90|פרשת מסעי, עמ' 89}}; [https://www.moreshesashkenaz.org/mm/publications/Madrich.pdff#page=27 מדריך למנהג אשכנז המובהק], עמ' 27.}}. אין פארשידענע קהילות פון יוצאי ספרד און פארטוגאל פירט מען זיך צו זאגן, "חזק ונתחזק חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'"{{הערה|הרב שם טוב גגין ברענגט די לשון אלס מנהג פון די [[בית הכנסת הפורטוגזי באמסטרדם|ספרדים אין אמסטערדאם]]. ער ברענגט אויך אז אין לאנדאן איז דא אן ענליכע מנהג, אבער אן די ווערטער "חזק ונתחזק" ({{היברובוקס|2=כתר שם טוב|3=14392|page=311|באנד=חלק א|מקום הוצאה=[[קיידאן]]|שנת הוצאה=ה'תרצ"ד|עמ=רפ"ח-רפ"ט}}). די לשון (אריינגערעכנט "חזק ונתחזק") ברענגט אויך הרב דוד די סולה פול, '''תפלות למועדים כפי מנהג הספרדים באמריקא''', ניו יורק 1997 עמוד 272.}}.


== טעם פונעם מנהג ==
== טעם פונעם מנהג ==

רעוויזיע פון 05:14, 22 דעצעמבער 2023

דער לעצטער זייטל אין חומש בראשית. באמערקט אז נאכן לעצטן פסוק שטייט די ווארט 'חזק'

חֲזַק חֲזַק וְנִתְחַזֵּק (אדער וְנִתְחַזַּק) איז אן אויסרוף וואס די אשכנזים פירן זיך אויסצורופן ווען מען ענדיגט ליינען די לעצטע פרשה פון יעדע ספר פון די חמשה חומשי תורה. אן ענליכע מנהג איז אנגענומען אויך אין א טייל ספרדישע קהילות.

אין א שבת וואס די פרשת השבוע איז די לעצטע סדרה פונעם חוּמש, (צום ביישפיל פרשת ויחי אין ספר בראשית), איז איינגעפירט אז פארן ליינען דעם לעצטן פסוק פון די פרשה, שטעלט זיך דער קהל אויף, און נאך וואס דער בעל קורא ענדיגט ליינען דעם פסוק זאגט דער גאנצער קהל די ווערטער "חזק חזק ונתחזק!". דערנאך זאגט דער בעל קורא איבער "חזק חזק ונתחזק". דאס איז א וואונטש פארן עולה לתורה און פארן ציבור אז זיי זאלן זיך שטארקן און פארזעצן צו לערנען. דער שבת אין וועלכע מען רופט אויס חזק, ווערט אנגערופן "שבת חזק"[1].

מקור פונעם מנהג

אין ספר יהושע שטייט געשריבן: לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ, וואס דערויף שרייבן די ספר המנהיג[2], און דער ארחות חיים[3] אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - חזק ואמץ"[4]. אזוי ווערט דער מנהג אראפגעברענגט אין בית יוסף[5] און רמ"א[6], און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די איטאליענער אידן. דער כנסת הגדולה שרייבט[7], אז דער מנהג ביי זיי איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך!', און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', און אזוי איז טאקע איינגעפירט ביי די ספרדים ספרדים[8]

דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער אבודרהם ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר[9]. שפעטער איז געווארן איינגעפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק[10] ”חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ”[11]. לויט מנהג פראנקפורט, זאגט מען "חֲזַק וְנִתְחַזַּק"[12]. אין פארשידענע קהילות פון יוצאי ספרד און פארטוגאל פירט מען זיך צו זאגן, "חזק ונתחזק חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'"[13].

טעם פונעם מנהג

אויסער די טעם פון זאגן חזק פאר יעדער עולה לתורה וואס כאפט אן דעם ספר, ווי מען זעט ביי יהושע אז הקב"ה האט אים געוואונטשן ביים האלטן דעם ספר[4], איז פארהאן נאך עטליכע טעמים אין די ספרים:

דער פרי חדש ברענגט א טעם, וויבאלד די תורה איז "מתשת כחו של אדם[14] און די תורה איז פון די "ארבעה צריכין חיזוק"[15], דערפאר וואונטשט מען "חזק" [16]. דער באר משה[17] לייגט צו דערויף נאך א טעם לויטן גמרא אין יומא עב, ב "וזאת התורה אשר שם משה, זכה נעשית לו סם חיים, לא זכה נעשית לו סם מיתה", אז דערפאר בענטשט מען 'חזק חזק' אז ער זאל זוכה זיין צום אור התורה און עס זאל זיין פאר אים א סם החיים. אין שו"ת מהר"ם מינץ[18] שרייבט ער אז פונקט ווי מען זאגט "הדרן עלך" ביי א סיום מסכתא, זאגט מען "חזק", אז מען זאל נישט פארגעסן דאס לערנען; אדער איז עס ווי א יישר כח פאר'ן מסיים, פונקט ווי מען זאגט יישר כח פאר'ן חזן.

דער לבוש שרייבט וועגן ענדיגן די תורה אום שמחת תורה[19]: "און דעמאלט ליינט דער חתן תורה דעם פסוק ביז לעיני, און קהל ענדיגט צו לעיני כל ישראל צוזאמען מיטן חתן, און זיי ענטפערן מיט א הויך קול, חזק". דער אליה רבה שרייבט דערויף[20]: "און דער חזן זאגט עס איבער און דער קהל ענטפערט, א רמז צו משה רבינו, וואס דריי מאל חזק איז בגימטריא משה". דער זעלבער טעם אויפ'ן זאגן דריי מאל חזק, שרייבן אויך דער ערוך השולחן און מאור ושמש[11].

דער עולה אליינס דארף נישט זאגן "חזק", ווייל דאס איז געווענדעט צו אים, און טייל פוסקים אסר'ן אים עס צו זאגן, וויבאלד דאס איז א הפסק צווישן דעם ליינען אין די ברכת התורה. אזוי פסק'ענען דער שבט הלוי[21], דער קצות השולחן, און אין זיין ספר 'בדי השולחן'[22], דער באר משה[17] און משנה הלכות[23]. דער ליובאוויטשער רבי האט אפגעווארפן די צוויי טענות, אז עס איז נישט קיין הפסק וויבאלד דאס באלאנגט צום ענדיגן ליינען און דאס איז א טייל דערפון, און ער ערקלערט אז די ענין פון די ברכה איז גלייך צו די ענין פון 'חזק חזק ונתחזק', און צו די טענה אז דאס איז א וואונטש פונעם קהל צום עולה, ענטפערט ער אז "לויט אונזער נוסח זאגט מען 'ונתחזק'", דאס מיינט אז די ברכה איז אויך געווענדעט צום קהל, בלשון רבים[24].

ניקוד

דער פארשפרייטער מנהג איז צו זאגן "ונתחזֵּק", מיט א צירי[25], און אזוי שטייט אויך אין מנהגי חב"ד[26]. טראצדעם, זענען פארהאן מדקדקים[27] וואס האבן אויפגעמערקט אז מען דארף זאגן מיט א פתח, "וְנִתְחַזַּק", ווי די נקודות פון "חֲזַק וְנִתְחַזַּק" אין ספר שמואל ב (י יב)[28].

זעט אויך

צו ליינען מער

  • יוסף ויכלדר, "חזק חזק ונתחזק", "המבשר תורני", כ"ז בתמוז תשע"א

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. יום־טוב לוינסקי, "השבתות המיוחסות במנהגי ישראל - שבת חזק", קובץ רשומות - א, עמ' 113 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  2. אברהם בן נתן הירחי, "הלכות שבת, סי' נז", ספר המנהיג.
  3. הלכות שני וחמישי אות יט.
  4. 4.0 4.1 די ראשונים האבן געהאט א גירסא אין בראשית רבה, פרשה ו', פסקה ט', אז הקב"ה האט געטראפן יהושע מיט א ספר תורה אין האנט, און דערפאר אים געוואונטשן חזק ואמץ, און לערנען פון דעם ארויס אז פאר יעדער עולה לתורה וואס כאפט אן דעם ספר תורה רופט מען אויס חזק. ביי אונז איז אבער די גירסא אין מדרש מְצָאוֹ יוֹשֵׁב וְסֵפֶר "מִשְׁנֵה תּוֹרָה" בְּיָדוֹ.
  5. אורח חיים, סימן קל"ט.
  6. אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף י"א.
  7. כנסת הגדולה - אורח חיים; ווערט אראפגעברענגט אין כף החיים, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף קטן נ"ו אלס ירושלים'ער מנהג, און ברענגט פון יפה ללב אז דער מנהג איז אויך צו זאגן אזוי פאר יעדע שליח ציבור.
  8. ילקוט יוסף סימן קמא – דיני קורא ומקרא סעיף ה'.
  9. סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'. דער אבודרהם לערנט אפ דער אריגינעלער מנהג פון ספר המנהיג, אז נאר פאר'ן לעצטן עולה פון יעדע פרשה האט מען געזאגט חזק.
  10. שמואל ב' י, יב.
  11. 11.0 11.1 זעט: רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף ט"ו, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און מאור ושמש פרשת ויחי וואו ער ברענגט דער נוסח פון דריי מאל חזק.
  12. רבי שלמה זלמן גיגר, דברי קהלת, פרשת מסעי, עמ' 89; מדריך למנהג אשכנז המובהק, עמ' 27.
  13. הרב שם טוב גגין ברענגט די לשון אלס מנהג פון די ספרדים אין אמסטערדאם. ער ברענגט אויך אז אין לאנדאן איז דא אן ענליכע מנהג, אבער אן די ווערטער "חזק ונתחזק" (כתר שם טוב חלק א, קיידאן, ה'תרצ"ד, עמ' רפ"ח-רפ"ט). די לשון (אריינגערעכנט "חזק ונתחזק") ברענגט אויך הרב דוד די סולה פול, תפלות למועדים כפי מנהג הספרדים באמריקא, ניו יורק 1997 עמוד 272.
  14. סנהדרין כו, ב.
  15. ברכות לב, ב.
  16. "אורח חיים, סי' קל"ט סי"א", פרי חדש.
  17. 17.0 17.1 "סי' כח", באר משה - חלק ג.
  18. "סי' פ"ה", שו"ת מהר"ם מינץ.
  19. "סימן תרס"ט", לבוש החור.
  20. אורח חיים, סי' תרס"ט סקי"ח.

  21. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 2 ] פעלן
    "חלק ז' סימן ר"ב".
  22. "סימן פ"ד אות כ"ב", קצות השלחן - חלק ג.
  23. "חלק ז, סימן כ"ב", משנה הלכות.
  24. אגרות קודש - ד (תשי"א), עמ' יד, פארברייטערט אין "הלכות ומנהגי חב"ד" לוח השבוע, שבת-קודש פרשת מסעי אויף chabad.org.il
  25. יהודה טשזנר, "סימן ח' - חזק", שיח תפילה, אופקים, תשס"ז, עמ' רעז
  26. זעט צום ביישפיל התקשרות תלט, ויחי תשס"ג, עמ' 19
  27. צווישן זיי מילון אבן שושן
  28. יעקב שמואל שפיגל, "אמירת חזק ויישר כח", בר-אילן כ"ו-כ"ז, תשנ"ה, עמ' 357, הערה 68. דאס איז די איינציגסטע מאל וואס עס שטייט אין תנ"ך די ווארט "ונתחזק". די ווערטער "ויתחזק" און "התחזק" זענען עפ"י רוב מנוקד מיט א פתח און א קליינע טייל מיט א צירי.

קאטעגאריע:קריאת התורה קאטעגאריע:ברכות און וואונטשן

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער