אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ברוך שמשון האגער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[משה יהושע האגער" ב־"[[רבי משה יהושע האגער")
ק (החלפת טקסט – "קרעטשענעווער" ב־"קרעטשניפער")
שורה 35: שורה 35:
*מרת '''ציפורה ברכה''', ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי '''חיים מאיר''', זון פון '''[[רבי יצחק יוחנן האגער]]''', דער וויזשניצער רבי פון [[וויליאמסבורג]].
*מרת '''ציפורה ברכה''', ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי '''חיים מאיר''', זון פון '''[[רבי יצחק יוחנן האגער]]''', דער וויזשניצער רבי פון [[וויליאמסבורג]].
*מרת '''בריינא פריידא''', ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי '''ישראל''', זון פון רבי '''אברהם דוב טווערסקי''', [[רחמיסטריווקא (חסידות)|רחמיסטריווקער]] רב פון [[מאנסי]].
*מרת '''בריינא פריידא''', ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי '''ישראל''', זון פון רבי '''אברהם דוב טווערסקי''', [[רחמיסטריווקא (חסידות)|רחמיסטריווקער]] רב פון [[מאנסי]].
*רבי '''חיים מאיר''', האט געהייראט מרת '''הינדא''', טאכטער פון רבי '''דוד משה ראזנבוים''', זון פון [[קרעטשענעוו (חסידות)|קרעטשענעווער]] רבי, '''[[רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים]]''', און  איידעם פון '''[[רבי ישראל אליעזר אדלער]]''', דער [[דזשיקוב (חסידות)|דזשיקאוו]]-וויזשניצער רבי פון [[רחובות]].
*רבי '''חיים מאיר''', האט געהייראט מרת '''הינדא''', טאכטער פון רבי '''דוד משה ראזנבוים''', זון פון [[קרעטשענעוו (חסידות)|קרעטשניפער]] רבי, '''[[רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים]]''', און  איידעם פון '''[[רבי ישראל אליעזר אדלער]]''', דער [[דזשיקוב (חסידות)|דזשיקאוו]]-וויזשניצער רבי פון [[רחובות]].
*מרת '''טראנא''', ווייב פון הרב '''שניאור זלמן ערנסטער''', זון פון רבי '''דוד דוב ערנסטער''', זון פון '''[[רבי זאב ערנסטער|וועלוול]]''', אב"ד קרית "מאור חיים" פון [[ירושלים]].
*מרת '''טראנא''', ווייב פון הרב '''שניאור זלמן ערנסטער''', זון פון רבי '''דוד דוב ערנסטער''', זון פון '''[[רבי זאב ערנסטער|וועלוול]]''', אב"ד קרית "מאור חיים" פון [[ירושלים]].
*רבי '''יוחנן'''. האט געהייראט בזיווג ראשון זיין שוועסטער-קינד'ס טאכטער מרת '''חיה פייגא''', טאכטער פון רבי ישראל שנעעבאלג{{ר}}, איידעם פון רבי  [[פנחס שלום האגער]] נאכדעם וואס זי איז נפטר אונטער טראגישע אומשטענדען, בלויז צוויי טעג נאך געבן א געבורט צום ערשטן קינד, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת '''טראנא'''.
*רבי '''יוחנן'''. האט געהייראט בזיווג ראשון זיין שוועסטער-קינד'ס טאכטער מרת '''חיה פייגא''', טאכטער פון רבי ישראל שנעעבאלג{{ר}}, איידעם פון רבי  [[פנחס שלום האגער]] נאכדעם וואס זי איז נפטר אונטער טראגישע אומשטענדען, בלויז צוויי טעג נאך געבן א געבורט צום ערשטן קינד, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת '''טראנא'''.

רעוויזיע פון 15:43, 14 מאי 2024

רבי ברוך שמשון האגער
געבורט ז' שבט, ה'תשכ"ד
מאנסי
טעטיגקייט אָרט בית שמש ישראל
דינאסטיע וויזשניץ מאנסי
קינדער
מרגלית האגער
ציפורה ברכה האגער
בריינא פריידא טווערסקי
טראנא ערנסטער
חיים מאיר האגער
יוחנן האגער
יוכבד ערנסטער
הינדא האגער
2'טער וויזשניץ מאנסי'ער רבי
ה'תשע"ח -

רבי ברוך שמשון האגער (געבוירן ז' שבט ה'תשכ"ד), איז דער הויפט מאנסי-וויזשניצער רבי אין ארץ ישראל (בית שמש און בני ברק).

לעבענסגעשיכטע

רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשכ"ד אין אמעריקע צו זיין פאטער, רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא. אין יאר ה'תשמ"ג האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד רבי ישראל האגער, דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. נאך זיין חתונה איז ער אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל. עטליכע יארן שפעטער איז ער באשטימט געווארן רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין בני ברק, דארט וואו האט ער געוואוינט פאר פילע יארן. אנפאנג פון די ה'תש"ס יארן האט ער אויפגעגרינדעט אין בית שמש א בית מדרש און א קהילה וואס האט זיך היפש פארברייטערט מיט די יארן, און אנשליסנד האט ער געטוישט זיין וואוינארט צו בית שמש מיט דער דערמונטערונג פונעם פאטער און פונעם שווער. היינט איז ער דער וועג ווייזער פון הונדערטער חסידים. ער איז באוואוסט אלס א גרויסער תלמיד חכם, און פילע חסידים קומען צו אים פאר עצות און ברכות. טראצדעם וואס ער וואוינט אין בית שמש פארט ער אפטמאל קיין בני ברק צו פארברענגן שבתים מיט די חסידים. זיין פעטער און רעביצינ'ס זיידע הרה"ק בעל ה"ישועות משה" פון וויזשניץ, פלעגט פילמאל זיך איבערשרייבן מיט אים אין עניינים פון לימוד. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אום כ"ט אדר ה'תשע"ח, איז ער באקרוינט געווארן אלס דער הויפט רבי פון וויזשניץ-מאנסי אין ארץ ישראל (בית שמש און בני ברק).

קינדער

  • מרת מרגלית, ווייב פון איר שוועסטער־קינד רבי ישראל, זון פון מנחם מענדל האגער, דער וויזשניצער רבי פון קייאמישע לייק.
  • מרת ציפורה ברכה, ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי חיים מאיר, זון פון רבי יצחק יוחנן האגער, דער וויזשניצער רבי פון וויליאמסבורג.
  • מרת בריינא פריידא, ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי ישראל, זון פון רבי אברהם דוב טווערסקי, רחמיסטריווקער רב פון מאנסי.
  • רבי חיים מאיר, האט געהייראט מרת הינדא, טאכטער פון רבי דוד משה ראזנבוים, זון פון קרעטשניפער רבי, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, און איידעם פון רבי ישראל אליעזר אדלער, דער דזשיקאוו-וויזשניצער רבי פון רחובות.
  • מרת טראנא, ווייב פון הרב שניאור זלמן ערנסטער, זון פון רבי דוד דוב ערנסטער, זון פון וועלוול, אב"ד קרית "מאור חיים" פון ירושלים.
  • רבי יוחנן. האט געהייראט בזיווג ראשון זיין שוועסטער-קינד'ס טאכטער מרת חיה פייגא, טאכטער פון רבי ישראל שנעעבאלג‏, איידעם פון רבי פנחס שלום האגער נאכדעם וואס זי איז נפטר אונטער טראגישע אומשטענדען, בלויז צוויי טעג נאך געבן א געבורט צום ערשטן קינד, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת טראנא.
  • מרת יוכבד, ווייב פון הרב שלמה יהודה זלמן לייב, זון פון רבי אליעזר ערנסטער, אב"ד מאור חיים צפת.
  • מרת הינדא, ווייב פון איר שוועסטער קינד'ס זון, הרב שמואל צבי האגער, זון פון רבי חיים מאיר, זון פון רבי פנחס שלום האגער, געוועזענער רב פון דער מאנסי-וויזשניצער געמיינדע אין בארא פארק, בעל מחבר ספר אור שלום, און דאס עלטסטע קינד פונעם פרירעדיגן וויזשניצער רבי פון מאנסי, רבי מרדכי האגער, גרינדער פון דעם מאנסי-וויזשניצער הויף.


Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!