אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נירון"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 21:23, 9 דעצעמבער 2023
נירון (נעראן) איז געווען א קיסר אין רוים אין די יאָרן 37 – 68; אין זיין צייט איז אויסגעבראכן דער אױפשטאַנד פון די יידן אין ארץ־ישראל קעגן דער רוימישער הערשאַפט און עס האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה װאָס האָט זיך געענדיקט מיטן חרבן פון ירושלים און פון 2טן בית המקדש; אין דער גמרא גטין נ"ו, אין דעם ספּור וועגן חרבן, ווערט ער דערמאָנט אַלס נירון קיסר, און די גמרא דערציילט די אגדה, אַז ווען ער האָט אָנגעהויבן די מלחמה קעגן יידן האָט ער געטראָפן אַ יידיש אינגל און אים געהייסן זאָגן דעם פּסוק װאָס ער האָט היינט געלערנט; דאָס אינגל האָט אים געזאָגט "ונתתי את נקמתי באדום" (איך װעל מיך נוקם זיין אין אדום); נירון האָט זיך דערשראָקן און איז אַנטלאָפן און זיך מגייר געווען, און פון אים האָט אָפּגעשטאַמט דער תנא רבי מאיר; די לעגענדע, אַז נירון (וועלכער איז באגאַנגען זעלבסטמאָרד דורך איינעמען גיפט) איז דעמאָלט ניט געשטאָרבן נאָר אַנטלאָפן, איז אויך געווען ביי די רוימישע היסטאָריקער: עס האָבן זיך באַוויזן אפילו מענטשן, װאָס האָבן זיך אויסגעגעבן אַלס נירון ("דער אַנטלאָפענער פאַלשער נירון").
קוואלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „נירון (נעראן)” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.