רוי:נירון
נירון (נעראן) איז געווען א קיסר אין רוים אין די יאָרן 37 – 68; אין זיין צייט איז אויסגעבראכן דער אויפשטאַנד פון די אידן אין ארץ־ישראל קעגן דער רוימישער הערשאַפט און עס האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה וואָס האָט זיך געענדיקט מיטן חרבן פון ירושלים און פון 2טן בית המקדש; אין דער גמרא גטין נ"ו, אין דעם ספּור וועגן חרבן, ווערט ער דערמאָנט אַלס נירון קיסר, און די גמרא דערציילט די אגדה, אַז ווען ער האָט אָנגעהויבן די מלחמה קעגן אידן האָט ער געטראָפן אַ יידיש אינגל און אים געהייסן זאָגן דעם פּסוק וואָס ער האָט היינט געלערנט; דאָס אינגל האָט אים געזאָגט "ונתתי את נקמתי באדום" (איך וועל מיך נוקם זיין אין אדום); נירון האָט זיך דערשראָקן און איז אַנטלאָפן און זיך מגייר געווען, און פון אים האָט אָפּגעשטאַמט דער תנא רבי מאיר; די לעגענדע, אַז נירון (וועלכער איז באגאַנגען זעלבסטמאָרד דורך איינעמען גיפט) איז דעמאָלט ניט געשטאָרבן נאָר אַנטלאָפן, איז אויך געווען ביי די רוימישע היסטאָריקער: עס האָבן זיך באַוויזן אפילו מענטשן, וואָס האָבן זיך אויסגעגעבן אַלס נירון ("דער אַנטלאָפענער פאַלשער נירון").
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!