אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנה בת מתתיהו"
(מקורות) |
(←די געשיכטע: ה"ב) |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
און רעאקציע צו דעם, לויט טייל מקורות{{הערה|[[#מדרשב|מדרש לחנוכה]]; [[#שאיל|שאילתות]]; [[#אודאנ|פיוט אודך כי אנפת]]}}, איז [[אליפורנוס]] געשיקט געוואן מיט זיין מיליטער צו באזיגן די חשמונאים. אן [[אסטראלאג]] מיטן נאמען 'עיטור'{{הערה|[[#שאיל|שאילתות]]}} (אדער 'אכיור'{{הערה|[[#אודאנ|פיוט אודך כי אנפת]]}}) האט אים געווארנט אז ער וועט נישט זיגן, און אליפורנוס האט אים באשטראפט פאר זיינע רייד און אים געהאנגען קעגן די טויערן פון ירושלים. דאן האט פאסירט די געשיכטע פון [[ספר יהודית|יהודית]]. | און רעאקציע צו דעם, לויט טייל מקורות{{הערה|[[#מדרשב|מדרש לחנוכה]]; [[#שאיל|שאילתות]]; [[#אודאנ|פיוט אודך כי אנפת]]}}, איז [[אליפורנוס]] געשיקט געוואן מיט זיין מיליטער צו באזיגן די חשמונאים. אן [[אסטראלאג]] מיטן נאמען 'עיטור'{{הערה|[[#שאיל|שאילתות]]}} (אדער 'אכיור'{{הערה|[[#אודאנ|פיוט אודך כי אנפת]]}}) האט אים געווארנט אז ער וועט נישט זיגן, און אליפורנוס האט אים באשטראפט פאר זיינע רייד און אים געהאנגען קעגן די טויערן פון ירושלים. דאן האט פאסירט די געשיכטע פון [[ספר יהודית|יהודית]]. | ||
אין עטליכע פון די מקורות ווערט דערמאנט אן אנדערע גירסא אין דער געשיכטע, אדער נאך א געשיכטע, אין וואס דער הגמון האט שוין פארשוועכט די כלה, אדער כמעט פארשוועכט, און דאן זענען די חשמונאים געקומען נקמה צו נעמען פון די יוונים און צו ראטעווען זייער שוועסטער{{הערה|{{אוצר החכמה||חמדת ימים|53383|איזמיר, תצ"א, דף עז עמוד ב|עמוד=158|כותרת=סיפור נס חנוכה|כרך=ב}}; [[#שאיל|שאילתות]]; פירוש על הניסים לרוקח אין: {{ | אין עטליכע פון די מקורות ווערט דערמאנט אן אנדערע גירסא אין דער געשיכטע, אדער נאך א געשיכטע, אין וואס דער הגמון האט שוין פארשוועכט די כלה, אדער כמעט פארשוועכט, און דאן זענען די חשמונאים געקומען נקמה צו נעמען פון די יוונים און צו ראטעווען זייער שוועסטער{{הערה|{{אוצר החכמה||חמדת ימים|53383|איזמיר, תצ"א, דף עז עמוד ב|עמוד=158|כותרת=סיפור נס חנוכה|כרך=ב}}; [[#שאיל|שאילתות]]; פירוש על הניסים לרוקח אין: {{היברובוקס|רבי אלעזר מגרמיזא|פירושי סידור התפילה לרוקח|49926|page=348|באנד=ב|ירושלים, תשנ"ב, זייט תשטו}}.}}. אין דער "סיפור נס חנוכה" אין חמדת ימים ווערט געברענגט אז די טאטן פון יוחנן וואס ווערן דערציילט אנהייב מגילת אנטיוכוס (פסוקים יד-כח) זענען געטון געווארן אין רעאקציע צו דער פאסירונג. | ||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== |
רעוויזיע פון 19:40, 27 נאוועמבער 2023
חנה בת מתתיהו איז געווען די שוועסטער פון די פינף זין פון מתתיהו הכהן, וואס האט לויט טייל מקורות צוגערעדט אירע ברידער ארויסצוגיין אין מלחמה קעגן די יוונים. זי האט דאס געטון אין די טאג פון איר חתונה, צוליב די גזירה אז די כלות מוזן זיין ביים הגמון די ערשטע נאכט.
מקורות צום געשיכטע
דער געשיכטע איבער דער טאכטער פון מתתיהו וואס האט געזאלט גענומען ווערן צו א הגמון, און אירע ברידער די חשמונאים האבן געקעמפט דאס צוריק צו האלטן, ווערט שוין דערמאנט אין די ברייתא אויף מגילת תענית ביי י"ז אלול. אין די נוסח אין לשון קודש פון מגילת אנטיוכוס וואס איז געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים, און אין מדרשים[1] און פיוטים[2] אויף חנוכה ווערט דערמאנט אז דער געשיכטע איז דאס וואס האט געברענגט די חשמונאים ארויסצוגיין קעגן די יוונים. אזוי שטייט אויך אין פסקי ריא"ז: "און דורך זיי [די פרויען] איז דער נס געשען, ווען יהודה האט געצערנט פאר זיין שוועסטער וואס האט זיך אנגעטון שמאטעס בשעת'ן חופה צוליב וואס מען האט איר געזאלט אזוי פארשוועכן [שיקנדיג צום הגמון], און פון דאן האבן זיי זיך געשטארקט איבער די יוונים"[3].
דער געשיכטע ענדלט צו מעשה יהודית, אבער די מקורות צעטיילן די צוויי געשעענישן, וואס האבן לויט זיי פאסירט איינס נאכ'ן צווייטן.
די געשיכטע
די יוונים האבן גוזר געווען אויף די אידן אז יעדע כלה וואס האט חתונה מוז דער ערשע נאכט זיין ביים הגמון. דער גזירה איז אנגעגאנגען במשך דריי און א האלב יאר, ווען די אידן האבן זיך צוריק געהאלטן פון הייראטן פרויען, און שפעטער האבן זיי חתונה געהאט אין באהעלטעניש[4].
ווען חנה[5] די טאכטער פון מתתיהו[6] האט געדארפט חתונה האבן צו אלעזר בן חשמונאי[7], האט מען נישט געקענט באהאלטן די חתונה, און האט געזאלט גיין צום הגמון. די כלה האט צוליב דעם צעריסן אירע קליידער און אראפגעווארפן אירע צירונג, און זי איז ארויס צו די פארזאמלטע אנגעטון אין צעריסנע שמאטע און אומ'צניעות'דיג, און זי האט אנגעהויבן סערווירן דעם עולם וויין[8]. אירע ברידער האבן זיך געבייזערט אויף איר אומ'צניעות און איר געוואלט הרג'ענען, אבער זי האט גע'טענה'ט אז דער שאנדע פון גיין צום הגמון איז ערגער ווי דאס וואס זי טוט יעצט, און זי האט פארלאנגט פון זיי צו טון פאר איר אזוי ווי שמעון און לוי האבן געטון צו ראטעווען זייער שוועסטער דינה פון שכם[9].
מתתיהו'ס זין האבן באצירט די כלה און איר געפירט אין א חופה מיט מוזיק צום הגמון, ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי זיי קומען אויספאלגן דער גזירה, און דער הגמון האט זיי אויפגענומען אן קיין פארדאכט. ווען די כלה און יהודה זענען געבליבן אליין מיט'ן הגמון, האט יהודה אים גע'הרג'ט און געעפנט א קאמף קעגן די יוונים.
דער געשעעניש האט פאסירט אום י"ז אלול, און די שלאכטן זענען אנגעגאנען ביז נאנט צו יום כיפור, ווען יוחנן כהן גדול האט געהערט א בת קול ארויס קומען פון קודש קדשים זאגנדיג ”נצחו טליא דאזלו לאגחא קרבא לאנטוכיא” ("עס האבן געזיגט די יונגלעך וואס זענען געגאנגען קעמפן אין שלאכט צו אנטוכיא")[10]. י"ז אלול איז אוועק געשטעלט געווארן אין מגילת תענית אלץ יום טוב: ”בשבעה עשר ביה נפקו רומאי מן ירושלם”.
און רעאקציע צו דעם, לויט טייל מקורות[11], איז אליפורנוס געשיקט געוואן מיט זיין מיליטער צו באזיגן די חשמונאים. אן אסטראלאג מיטן נאמען 'עיטור'[12] (אדער 'אכיור'[13]) האט אים געווארנט אז ער וועט נישט זיגן, און אליפורנוס האט אים באשטראפט פאר זיינע רייד און אים געהאנגען קעגן די טויערן פון ירושלים. דאן האט פאסירט די געשיכטע פון יהודית.
אין עטליכע פון די מקורות ווערט דערמאנט אן אנדערע גירסא אין דער געשיכטע, אדער נאך א געשיכטע, אין וואס דער הגמון האט שוין פארשוועכט די כלה, אדער כמעט פארשוועכט, און דאן זענען די חשמונאים געקומען נקמה צו נעמען פון די יוונים און צו ראטעווען זייער שוועסטער[14]. אין דער "סיפור נס חנוכה" אין חמדת ימים ווערט געברענגט אז די טאטן פון יוחנן וואס ווערן דערציילט אנהייב מגילת אנטיוכוס (פסוקים יד-כח) זענען געטון געווארן אין רעאקציע צו דער פאסירונג.
ביבליאגראפיע
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שיתופתא בשורה
פאראמעטער [ page, חלק ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
- "אודך כי אנפת", סידור אוצר התפלות ב, תש"ד, דף קמז עמוד ב, אויף היברובוקס
- "אודך כי עניתני", סידור אוצר התפלות ב, תש"ד, דף קמט עמוד ב, אויף היברובוקס
- יוסף נחמיה הכהן קוואדראט, "ווער זענען די העלדן פון חנוכה?", קנקן ב, כסלו תשע"ט
רעפערענצן
- ↑ מדרש מעשה חנוכה; מדרש לחנוכה; שאילתות
- ↑ פיוט אודך כי אנפת און פיוט אודך כי עניתני
- ↑ רבי ישעיה די טראני, פסקי הריא"ז שבת, ניו יורק, תש"א, זייט יט.
- ↑ ברייתא אויף מגילת תענית י"ז אלול; שאילתות
- ↑ אזוי ווערט געברענגט איר נאמען אין מדרש מעשה חנוכה, אין שאילתות און אין פיוט אודך כי עניתני
- ↑ אזוי לויט די מערהייט פון די מקורות. לויט מדרש לחנוכה און פיוט אודך כי אנפת איז זי געווען א טאכטער פון יוחנן כהן גדול
- ↑ מדרש לחנוכה; פיוט אודך כי אנפת; פיוט אודך כי עניתני
- ↑ שאילתות
- ↑ מדרש מעשה חנוכה
- ↑ און דאס איז דער געשיכטע וואס ווערט דערמאנט אין סוטה לג, א, און רש"י.
- ↑ מדרש לחנוכה; שאילתות; פיוט אודך כי אנפת
- ↑ שאילתות
- ↑ פיוט אודך כי אנפת
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע "סיפור נס חנוכה", חמדת ימים ב, איזמיר, תצ"א, דף עז עמוד ב; שאילתות; פירוש על הניסים לרוקח אין: רבי אלעזר מגרמיזא, פירושי סידור התפילה לרוקח ב, ירושלים, תשנ"ב, זייט תשטו.