אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין"
ק (←רעפערענצן: קאטעגאריע) |
ק (←זעט אויך: הגהה) |
||
שורה 57: | שורה 57: | ||
==זעט אויך== | ==זעט אויך== | ||
* {{משפחה בוים פון תרח ביז שלמה המלך|}} | * {{משפחה בוים פון תרח ביז שלמה המלך|}} | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* [[זאב ארליך]] (עורך), '''"...לפני אפרים ובנימין ומנשה..."''', קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985. | * [[זאב ארליך]] (עורך), '''"...לפני אפרים ובנימין ומנשה..."''', קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985. |
רעוויזיע פון 04:05, 22 נאוועמבער 2023
קבר בנימין (נבי ימין) אין נווה ימין | |
געבורט | צווישן בית אל און בית לחם |
---|---|
פטירה | מצרים |
בִּנְיָמִין (ב'ר"ח - י"א מרחשון ב'שכ"ו) איז א תנ"ך פערזענליכקייט, יונגסטער זון פון יעקב און רחל. פון בנימין איז ארויסגעקומען שבט בנימין.
זיין געשיכטע
לויט מדרש תדשא וואס איז קאפירט געווארן אין ילקוט שמעוני[1] איז ער געבוירן אום י"א חשוון, און אזוי אויך לויט ספר היובלים[2]. לויט מדרש פסיקתא רבתי איז ער געבוירן פרילינג צווישן פסח און שבועות. בנימין איז געבוירן אויפ'ן וועג צווישן בית אל און אפרת, וואס דאס איז בית לחם, ווי יעקב אבינו דערציילט שפעטער פאר יוסף ”וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם”[3] , זיין מאמע רחל איז געשטארבן ביי זיין געבורט, און זי האט אים דעמאלט גערופן בֶּן-אוֹנִי - דער זון פון מיין ווייטאג[4][4.1]. זיין טאטע יעקב האט דאס געטייטשט 'בן כוחי', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס מיינט דאס זעלבע[4.2]. בנימין איז דער איינציגסטער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל.
די נאמען בנימין איז צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" - 'זון', און "ימין" - 'שטארקייט', 'דרום זייט' אדער 'טעג'. אין די מפרשים זענען דא עטליכע טייטשן אויפ'ן נאמען בנימין: 1) א זון וואס איז געבוירן אין דרום[4.3], וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק[5] צָפוֹן וְיָמִין אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער[4.4]. לויט דעם איז ימין אזוי ווי ימים, ווי אינעם פסוק[6] לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים[4.5].
בנימין איז א ברודער פון יוסף אויך פון זיין מאמע'ס זייט. ווען יעקב'ס קינדער זענען אראפ קיין מצרים צו שאפן עסן, האט יוסף, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, געבעטן אז זיי זאלן ברענגען זייער ברודער אויף וואס זיי האבן געזאגט אז ער איז געבליבן מיט זייער טאטע אין כנען וויבאלד ער איז דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל. נאך וואס זיי האבן זיך צוריק געקערט מיטברענגענדיג בנימין מיט זיי, האט יוסף באפוילן זיינע מענטשן צו באהאלטן צווישן זיינע זאכן זיין זילבערנע בעכער, און דערנאך זיי נאכיאגן, אפשטעלן, און "טרעפן" די "גע'גנב'טע" בעכער ביי די זאק פון בנימין, אויסרופנדיג אז ווער עס וועט זיך ביי אים געפינען די בעכער וועט ווערן פארשקלאפט צו יוסף[7].
ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין, האט ער געבענטשט בנימין:
בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל.
די גמרא זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב חטא אדם הראשון. די אנדערע זענען עמרם, ישי, און כלאב דער זון פון דוד. אזוי אויך איז בנימין איינער פון די זיבן וואס אין זיי האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט. די אנדערע זעקס זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן און מרים הנביאה[8].
זיינע קינדער
ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין:
וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.
רש"י ערקלערט אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער האבן אלע א באדייט פון ארויסברענגען א טרויער אויפ'ן פארשוואונדן ווערן פון זיין ברודער יוסף:
אמר לו מה טיבן של שמות הללו, אמר לו כולם על שם אחי והצרות אשר מצאוהו, בלע שנבלע בין האומות, בכר שהיה בכור לאמי, אשבל ששבאו א-ל, גרא שנתגייר באכסניא, ונעמן שהיה נעים ביותר, אחי וראש אחי היה וראשי היה, מפים מפי אבי למד, וחפים שלא ראה חופתי ולא ראיתי אני חופתו וארד, שירד לבין האומות.
לויט ווי עס איז געשילדערט אין ספר הישר[מקור פארלאנגט: אויב שייך] האט בנימין חתונה געהאט זייענדיג אלט צען יאר מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זוהן (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג אלט 18 יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד).
משפחה בוים
משפחה בוים וואס פרעזענטירט די פריערדיגע דורות:
יחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
זיין ציון
פארהאן אפאר מסורות ארום די פלאץ פון זיין קבר. אין "ספר הישר[9]" געפינט זיך א מסורת אז בנימין איז באערדיגט געווארן ארום ירושלים ביי די נחלה פון זיין שבט: ”...וישימו אותו בארון ויותן ביד בניו... ואת בנימין קברו בירושלים נגד היבוסי אשר ניתן לבני בנימין” .
נאך א מסורת שטעלט אוועק אז זיין קבר איז אין די געביידע נבי ימין וואס איז אין שטעטל נווה ימין וואס ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען, און עס איז א טייל פון א פובליק ארט פון די צייטן פון די ממלוכישע רעגירונג וואס איז געבויעט געווארן מיטן באפעל פון דער אמיר תנכז אלחוסאמי, מיליטערישער הערשער פון יענע צייטן (14'טער יארהונדערט) איבער ארץ ישראל. נאך א מסורת שטעלט אוועק זיין קבר ערגעעצוואו אין "רומי זעירתא", דאס איז ח'רבת א-רומה, נעבן בקעת בית נטופה וואס איז אין גליל התחתון; אבער עס איז נישט באקאנט קיין קלארע לאקאציע[10].
שבט בנימין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:להשלים
פארלאנגטע פאראמעטער [ נושא ] פעלן
שבט בנימין איז איינס פון די צוועלף שבטי ישראל און ער איז פון די קינדער פון די פערטע מאמע רחל. איינער וואס געהערט צו שבט בנימין ווערט אנגערופן אין לשון פון תנ"ך "יְמיני", און אפאר ווערן אנגערופן: "בני ימיני" אדער "בני בנימין".
שבט בנימין איז געווען דער קלענסטער שבט ביי יציאת מצרים. דורכאויס די רייזע אין מדבר האט דער שבט געשפרייזט נעבן שבט מנשה און שבט אפרים, מערב זייט פון אוהל מועד. ביים אריינגיין אין כנען האט ער פארמאגט א מיליטער פון 45,600 קעמפער.
אין די היסטאריע פון די שבט איז אריינגערעכנט אויך א ברודער קריג מיט די אנדערע שבטים, צוליב די פרשה פון פילגש בגבעה, וואס דעמאלט איז שיעור פארניכטעט געווארן די שבט[11].
שאול, דער ערשטער אידישער קעניג, איז געווען פון שבט בנימין. ביי די צייטן פון דוד איז געשלאסן געווארן א בונד צווישן שבט בנימין און שבט יהודה, וואס האט זיך געצויגן אויך נאך זיין טויט. נאך גלות בבל האבן די צוויי שבטים צוזאמען מיט שבט לוי און טייל פון שבט שמעון וואס זענען געווארן אסימילירט אין נחלת יהודה געשאפן די אידישע פאלק, און די אנדערע עשרת השבטים זענען פארלוירן געגאנגען ביז היינט.
שער בנימין אין צפון זייט פון ירושלים האט באקומען זיין נאמען וויבאלד ער האט געפירט צו א געגנט וואס האט געהערט צו די שבט. ירמיהו דערמאנט ”בְּשַׁעַר בִּנְיָמִן הָעֶלְיוֹן, אֲשֶׁר, בְּבֵית ה'”[12].
לויט די מפרשים, די שטיין אין חושן וואס פארטרעט אים איז די שטיין ישפה, דאס האט אהרן הכהן געטראגן צוזאמען מיט די אנדערע שטיינער פון חושן אויף זיין הארץ.
זעט אויך
אילן יוחסין פון תרח ביז שלמה המלך |
---|
צו ליינען מער
- זאב ארליך (עורך), "...לפני אפרים ובנימין ומנשה...", קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985.
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער בנימין אויף וויקיקאמאנס
- ספי בן יוסף, טלטולי קברו של בנימין בן יעקב, אויף ynet, 5 באוגוסט 2004
- בנימין בן יעקב אבינו, אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ יעל לוין, בדמיך חיי - על לידת בנימין ומות רחל אין וועבזייטל דעת
- ↑ פרק לב פסוק לט, און זעט אין מהדורת כהנא (עמוד רפ"ו) די ריכטיגע דאטום איז י"א חשוון
- ↑ בראשית מח, ז.
- ↑ בראשית לה, יח.
- ↑ תהלים פט, יג.
- ↑ דניאל יב, יג.
- ↑ בראשית מב-מד.
- ↑ בבא בתרא יז, א.
- ↑ פרשת שמות, עמ' רכז
- ↑ זאב ווילנאי, מצבות קודש בארץ ישראל, ירושלים, תשכ"ג, זייט קיז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שופטים יט; כא.
- ↑ ירמיהו כ, ב
יעקב'ס קינדער | ||
---|---|---|
קינדער פון לאה | ראובן • שמעון • לוי • יהודה • יששכר • זבולון • דינה (טאכטער) | |
קינדער פון רחל | יוסף • בנימין | |
קינדער פון בלהה | דן • נפתלי | |
קינדער פון זלפה | גד • אשר | |
אנדערע | בנות יעקב |
ספר בראשית | ||
---|---|---|
פרשת בראשית | בריאת העולם • חטא עץ הדעת • רקיע • מים העליונים • בריאת אדם וחוה • אדם און חוה • נחש הקדמוני • קללת האדם והאשה • קין און הבל • שירת למך • בני האלהים | |
פרשת נח | תיבת נח • מבול • שכרות נח • ברית הקשת • תולדות בני נח • מגדל בבל | |
פרשת לך לך | אברהם'ס רייזע צו כנען • אברהם'ס אראפגאנג קיין מצרים • מריבת רועי אברהם ורועי לוט • מלחמת המלכים • מלכי צדק • בריחת הגר ולידת ישמעאל • ברית בין הבתרים • ברית המילה | |
פרשת וירא | בשורת הבן לשרה • מהפכת סדום ועמורה • בנות לוט • ירידת אברהם לגרר • גירוש הגר וישמעאל • ברית אברהם ואבימלך • עקידת יצחק • עשרה נסיונות | |
פרשת חיי שרה | רכישת מערת המכפלה • מציאת אישה ליצחק • אברהם און קטורה • תולדות ישמעאל | |
פרשת תולדות | לידת יעקב ועשו • מכירת הבכורה • ירידת יצחק לגרר • הריב על הבארות • ברית יצחק ואבימלך • ברכות יצחק • בריחת יעקב מעשו | |
פרשת ויצא | יעקב'ס חלום • נישואי יעקב עם רחל ולאה • מסירת הסימנים על ידי רחל • לידת בני יעקב • געשיכטע פון די דודאים • בריחת יעקב מלבן • ברית יעקב ולבן | |
פרשת וישלח | פגישת יעקב ועשו • מאבק יעקב והמלאך • געשיכטע פון שכם און דינה • געשיכטע פון שמעון און לוי • קיום הנדר בבית אל • פטירה און קבורה פון רחל • געשיכטע פון ראובן און בלהה • תולדות עשו • שמונת מלכי אדום | |
פרשת וישב | מכירת יוסף • געשיכטע פון יהודה און תמר • געבורט פון פרץ און זרח • יוסף און אשת פוטיפר • חלומות פון שר המשקים און שר האופים | |
פרשת מקץ | פרעה'ס חלומות • מינוי יוסף למושל מצרים • זיבן זאטע יארן • שבע שנות הרעב במצרים • אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים | |
פרשת ויגש | יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער • יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים • יורדי מצרים • מכירת ארץ מצרים לפרעה | |
פרשת ויחי | שבועת יוסף ליעקב • ברכת אפרים ומנשה • המלאך הגואל • ברכת יעקב • מות יעקב וקבורתו | |
צענטראלע פערזאנען | אדם און חוה • קין און הבל • נח • אברהם און שרה • לוט • הגר און ישמעאל • יצחק אבינו און רבקה • עשו • יעקב, רחל און לאה • ראובן • שמעון • לוי • יהודה • תמר • יוסף • אפרים און מנשה |
יחוס בוים פון פערזאנען אין ספר בראשית | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער