אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דריווש הפרסי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> דריווש הפרסי {{מנהיג |שם=דָרְיָוֶשׁ|תמונה=מרכז|250px|כיתוב=פסלו של ארתחששתא מקברו בפרספוליס|שם בשפת המקור=|שם מלא=|מדינה=ממלכת פרס|מקום קבורה=|תאריך לידה=|מקום לידה=|תאריך פטירה=|מקום פטיר...')
 
ק (הגהה)
שורה 16: שורה 16:
}}|תפקיד2=|תפקיד3=|שם השושלת=[[השושלת האחמנית]]|תואר=מלך פרס|כינוי=דריווש, אַרְתַּחְשַׁשְׂתָּא, כורש|אב=|אם=|צאצאים=|יורש העצר=}}
}}|תפקיד2=|תפקיד3=|שם השושלת=[[השושלת האחמנית]]|תואר=מלך פרס|כינוי=דריווש, אַרְתַּחְשַׁשְׂתָּא, כורש|אב=|אם=|צאצאים=|יורש העצר=}}
{{מנהיג
{{מנהיג
|תפקיד1={{תפקידים מוויקינתונים}}
|תפקיד1=
|תמונה=[[קובץ:Artaxerxes I at Naqsh-e Rostam.jpg|200px|מרכז]]
|תמונה=[[קובץ:Artaxerxes I at Naqsh-e Rostam.jpg|200px|מרכז]]
|כיתוב=[[ארתחששתא הראשון]], תבליט בקבר המלך ב[[נקש-י רוסתם]].
|כיתוב=[[ארתחששתא הראשון]], תבליט בקבר המלך ב[[נקש-י רוסתם]].

רעוויזיע פון 01:21, 27 נאוועמבער 2023

דריווש הפרסי


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

פאראמעטער [ שם השושלת ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

דָרְיָוֶשׁ
פסלו של ארתחששתא מקברו בפרספוליס
פסלו של ארתחששתא מקברו בפרספוליס
מדינה ממלכת פרס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פירער פאזיציע

ליידיגע פאראמעטער [ מנהיג דת בתקופה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

מלך פרס
ג'ת"וג'תמ"ב
דריווש הפרסי
ארתחששתא הראשון, תבליט בקבר המלך בנקש-י רוסתם.
ארתחששתא הראשון, תבליט בקבר המלך בנקש-י רוסתם.

דָרְיָוֶשׁ אדער אַרְתַּחְשַׁשְׂתָּא (אידענטיפיצירט בעיקר מיט אַרְתַּחְשַׁשְׂתָּא דער ערשטער; אלט-פערסיש: 𐎠𐎼𐎫𐎧𐏁𐏂, "דער הערשער אויפן וועג פון אמת") איז געווען דער לעצטער קעניג פון מלכות פרס ומדי, וואס האט געקעניגט אין די יארן ג'ת"וג'תמ"ב. לויט חז"ל אין סדר עולם האט ער געקעניגט נאך זיין פאטער אחשורוש. אין זיינע צייטן איז דער צווייטער בית המקדש געבויט געווארן, און מיט זיין שטיצע זענען עזרא און נחמיה ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.

זיין לעבן, קעניגרייך, און אידישע געעשנישן אין זיינע צייט

חז"ל זאגן אז ער איז געווען א "מלך כשר" וויבאלד ער האט צוגעלאזט דאס בויען דעם צווייטן בית המקדש, און אויךבייגעשטייערט דערצו פון זיין געלט[1]. לויט דער אמורא רבי יהודה בר סימון, און ווי רש"י טייטשט, איז דריווש הפרסי געווען דער זון פון אחשורוש און אסתר המלכה. ”דריוש האחרון בנה של אסתר היה, טהור מאמו וטמא מאביו” (ויקרא רבה יג). ער ווערט דערמאנט אין ספר עזרא און אין ספר נחמיה מיט צוויי נעמען, "דריווש" און "ארתחששתא". חז"ל זאגן אז ער האט אויך געהייסן כורש[א]: ”תנא, הוא כורש הוא דריוש הוא ארתחשסתא, כורש שמלך כשר היה, ארתחשסתא על שם מלכותו, ומה שמו, דריוש שמו” (ראש השנה ג, ב).

ער האט אנגעהויבן קעניגן נאכן טויט פון אחשורוש אין יאר ג'ת"ז. אין זיין צווייטע יאר (ג'ת"ח) האבן זיך געענדיקט די זיבעציג יאר גלות בבל צום חורבן הבית און גלות צדקיהו (ג'שלח), און די נביאים חגי און זכריה האבן באקומען עטליכע נבואות, אז די אידן דארפן ווייטער בויען דעם בית המקדש[2]. די פיינט פון די אידן דארט און ארץ ישראל, אין שפיץ פון תתני דער פחה פון עבר הנהר, האבן געשיקט בריוו צו דריווש זיך צו באקלאגן דערויף[3]. דריווש האט געהייסן זוכן אין די ארכיוון פון די קעניגרייך, און עס איז דארט געפונען געווארן א דאקומענט אין וואס כורש בארעכטיגט דאס בויען דעם בית המקדש. דריווש האט צוליב דעם אויך געלאזט די אידן ווייטער בויען דעם בית המקדש[4], וואס איז פארטיג געווארן אין זיין זעקסטן יאר (ג'תי"ב)[5].

אינעם זיבעטן יאר (ג'תי"ג) פון ארתחששתא – דאס איז דריווש, איז עזרא הסופר ארויף געגאנגען פון בבל קיין ירושלים צו גרינדען דער כנסת הגדולה. ארתחששתא האט געגעבן עזרא'ן א בריוו אים צו בארעכטיגן אויפצושטעלן דעם כנסת הגדולה "ללמד בישראל חוק ומשפט", צו שטעלן שופטים און דיינים וואס וועלן פירן דאס גאנצע פאלק אין ארץ ישראל, און צו קלויבן נדבות פארן בית המקדש. ארתחששתא האט אויך באפרייט די כהנים פין עטליכע שטייערן[6], ער האט געגעבן עזרא'ן געלט פארן בית המקדש. געוויסע מפרשים[7] זאגן אז ער האט אזוי געטון זייענדיג א זון פון אסתר המלכה.

נחמיה האט געדינט ווי דער שר המשקים פון ארתחששתא, און שפעטער, אין זיין 20'סטע יאר (ג'תכ"ו) האט ער געשטעלט נחמיה אלץ פחה איבער פחת יהודה, און מיט זיין רשות האט נחמיה געבויעט די מויערן פון ירושלים[8].

דריווש איז באזיגט געווארן אין שלאכט צו אלכסנדר מקודון אין יאר ג'תמ"ב[9], און מיט דעם איז מלכות פרס ומדי געקומען צו אן ענדע.

אידענטיטעט

אין סדר עולם רבה[10] שטייט אז אעל געשעעניש וואס ווערט דערציילט אין פסוק פון ספר עזרא פרק ה' ביז סוף ספר נחמיה, האבן אלע פאסירט אין די צייט פון איין קעניג, דאס איז דריווש. אין זיינע צייטן האט זרובבל געענדיגט בויען דעם צווייטן בית המקדש{{הערה|עזרא ה, אין זיינע צייטן און מיט זיין שטיצע איז עזרא הסופר ארויף קיין ירושליםעזרא ו, און ער האט געשטעל נחמיה אלץ פחה, און מיט זיין רשות האט מען געבויעט די מויערן פון ירושלים. ער איז אויך געווען דער לעצטער קעניג פאר פרס[11].

עס זענען אבער דא אנדערע שיטות, וואס לויט זיין האבן די געשיכטעס פארגעקומען אין די צייטן פון פארשידענען קעניגן: לויט איין גירסא איז סדר עולם זוטא איז געווען א קעניג מיט נאמען דריווש וואב האט געקעניגט נאך ארתחששתא פאר צוויי יאר, און ער איז דער וואס אלכסנדר מוקדון האט באזיגט[12].לויט דער רז"ה[13], רבי משה הכהן הספרדי און דער אבן עזרא[14], איז דער בית המקדש געענדיגט געווארן אין די צייט פון א קעניג "דריווש" וואס האט געקעניגט צווישן אחשורוש און ארתחששתא וואס האט געשטיצט עזרא און נחמיה. דער אבן עזרא ברענגט פון "ספר מלכי פרס" אז דער קעניג האט געקעניגט 12 יאר. די ראשונים זאגן אז דער לעצטער ארתחששתא האט אויך געהייסן דריווש, ווייל אין ספר יוסיפון ווערט געברענגט אז דער לעצטער קעניג פון פרס וואס איז געפאלן פאר אלכסנדר האט געהייסן דריווש[15].

לויט די אלגעמיינע היסטאריקער, איז דער בית המקדש געבויט געווארן אין די צייטן פון דריווש דער ערשטער און ארתחששתא איז זיין אייניקל ארתחששתא דער ערשטער[16]. דער לעצטער פערסישע קעניג איז געווען דריווש דער דריטער.

דרויסנדע לינקס

נאטיצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ביאורים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. און צו אים באציט זיך דער פסוק ”וְשָׂבֵי יְהוּדָיֵא בָּנַיִן וּמַצְלְחִין בִּנְבוּאַת חַגַּי נְבִיָּאה וּזְכַרְיָה בַּר עִדּוֹא וּבְנוֹ וְשַׁכְלִלוּ מִן טַעַם אֱלָהּ יִשְׂרָאֵל וּמִטְּעֵם כּוֹרֶשׁ וְדָרְיָוֶשׁ וְאַרְתַּחְשַׁשְׂתְּא מֶלֶךְ פָּרָס:” (עזרא ו, יד), זע תוספות, ראש השנה ג, ב, ד"ה שנת עשרים

רעפערענצן

  1. ראש השנה ג, ב.
  2. חגי א, א; עזרא ה, א.
  3. עזרא ה
  4. עזרא ו
  5. עזרא ו, טו
  6. עזרא ז, ו און ווייטער.
  7. ווי דער מלבי"ם אויף נחמיה ב, ו.
  8. ווי עס ווערט דערציילט אין ספר נחמיה
  9. ספר יוסיפון פרק ט
  10. פרק כט-ל
  11. עבודה זרה ט, א
  12. ווערט געברענגט אין פירוש נביאים וכתובים להרי"ד, ירושלים: כתב יד וספר, תשל"ח. באנד ג זייט רמח. דער גירסא ערשיינט אויך אין א כתב יד פון סדר עולם זוטא געדרוקט דורך אברהם נאויבאר, סדר החכמים וקורות הימים, אוקספורד, תרמ"ח באנד א זייט 195
  13. בעל המאור ראש השנה ב עמוד א מדפי הרי"ף
  14. על דניאל יא, ב
  15. הרלב"ג בדניאל יא, ב ועזרא ו, והאבן עזרא דניאל ח, ה
  16. מרדכי זר-כבוד, עזרא ונחמיה עם פירוש דעת מקרא, ירושלים: מסוד הרב קוק, תשס"ז. זייט כז

קטגוריה:מלכי פרס קטגוריה:אישים בספר עזרא קטגוריה:אישים בתנ"ך המוזכרים במקורות חיצוניים קטגוריה:אישים שחיו במאה ה-5 לפנה"ס









רעפערענצן