אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חיפה פארט"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=port in Israel|העב=נמל בישראל|דייטש=Hafen in Israel|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = port in Israel|העב=נמל בישראל|דייטש=Hafen in Israel|}} | ||
דער '''חיפה פארט''' איז א [[פארט]] אין [[ישראל]], וואס געפונט זיך אין [[חיפה]], אויף די ברעגעס פון [[מיטלענדישער ים]]. ער דינט אלס איינע פון די דריי פארטן, וועלכע געפונען זיך אין ישראל—[[אשדוד פארט|אשדוד]] און [[אילת פארט|אילת]] האבן אויך פארטן. | דער '''חיפה פארט''' איז א [[פארט]] אין [[ישראל]], וואס געפונט זיך אין [[חיפה]], אויף די ברעגעס פון [[מיטלענדישער ים]]. ער דינט אלס איינע פון די דריי פארטן, וועלכע געפונען זיך אין ישראל—[[אשדוד פארט|אשדוד]] און [[אילת פארט|אילת]] האבן אויך פארטן. | ||
רעוויזיע פון 16:10, 26 אקטאבער 2023
דער חיפה פארט איז א פארט אין ישראל, וואס געפונט זיך אין חיפה, אויף די ברעגעס פון מיטלענדישער ים. ער דינט אלס איינע פון די דריי פארטן, וועלכע געפונען זיך אין ישראל—אשדוד און אילת האבן אויך פארטן.
אין דער היסטאריע, ווערט דער פארט דערמאנט צום ערשטן מאל, ווען תלמי לאטיראס איז געקומען פירן א קריג קעגן ינאי המלך, קעניג פון ארץ יהודה. זיין מיליטער, וועלכע זענען געקומען מיט שיפן פון ציפערן, זענען אפגעשטיגן אין חיפה. דאס איז געווען 104 יאר איידער דער ציווילער רעכענונג.
דער פארט האט שטענדיק אנגעהאלטן, אבער חיפה האט פארלוירן איר גלאנץ, דורכאויס די מערערע מלחמות, וואס זענען פארגעקומען אין מיטל מזרח אין מיטל אלטער. אין 18טן יארהונדערט, איז חיפה באוויסט געווארן, צוליב א נעץ פון ים רויבער, וואס האבן זיך באשעפטיגט אין געגנט.
אין יאר 1922, נאכן אונטערזוכן דאס גאנצע לאנד פאר א פאסיגן פארט, האט סער פרעדריק פלעמער, אן אינזשעניר, באשטעטיקט אז חיפה איז דאס מערסטע צוגעפאסטע פלאץ, צוליב די טיפע וואסערן, און אום 31סטן אקטאבער 1933 איז פארגעקומען א פייערליכע אפציעלע עפענונג פון פארט.
היינט ווערט דער פארט איבערגעבויט, די פלאטפארמען פאר שיפן פארגרעסערט, נאכדעם וואס די היינטיגע שיפן פאסן נישט צו צום אלטן פארט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!