אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כהושעת אלים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה)
(←‏אינהאלט פונעם פיוט: פארראכטן פּאראמעטער)
שורה 31: שורה 31:


==אינהאלט פונעם פיוט==
==אינהאלט פונעם פיוט==
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז אוועקגעשטעלט אופן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. די געדאנק ערשיינט אפאר מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים {{ציטוטון|עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה|תהלים|צא|טו}} און {{ציטוטון|בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר|{{תנ"ך|ישעיהו|סג|ט}}}} און אזוי אויך אויף דרשות פון אסאך פסוקים.{{הערה|[[מכילתא דרבי ישמעאל]], פרשתא דפסחא, {{ויקיטקסט|מכילתא_על_שמות_יב#פסוק_מ_(כל_הפרק)(כל_הפסוק)|פרק י"ב, פסוק מ}}.}} די געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: לויט [[רבי יהודה]] אין צייט פון די [[הושענות]] אין [[בית המקדש]] (ארומנעמען די [[מזבח]]) האט מען אויסגערופן "אני והו והוא הושיעה נא".{{הערה|{{משנה|סוכה|ד|ה}}.}} דער [[תלמוד ירושלמי]] טייטשט די אויסרוף לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, ווי עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער אז ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך אים אליין.{{הערה|{{ירושלמי|סוכה|ד|ג}}; {{בבלי|סוכה|מה|א|מפרש=תוספות|ד"ה=אני}}.}}{{הבהרה|א מקור וואס פארבידנט די אלע מראה מקומות מיטן פיוט פארלאנגט}}
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז אוועקגעשטעלט אופן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. די געדאנק ערשיינט אפאר מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים {{ציטוטון|עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה|{{תנ"ך|תהלים|צא|טו}}}} און {{ציטוטון|בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר|{{תנ"ך|ישעיהו|סג|ט}}}} און אזוי אויך אויף דרשות פון אסאך פסוקים.{{הערה|[[מכילתא דרבי ישמעאל]], פרשתא דפסחא, {{ויקיטקסט|מכילתא_על_שמות_יב#פסוק_מ_(כל_הפרק)(כל_הפסוק)|פרק י"ב, פסוק מ}}.}} די געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: לויט [[רבי יהודה]] אין צייט פון די [[הושענות]] אין [[בית המקדש]] (ארומנעמען די [[מזבח]]) האט מען אויסגערופן "אני והו והוא הושיעה נא".{{הערה|{{משנה|סוכה|ד|ה}}.}} דער [[תלמוד ירושלמי]] טייטשט די אויסרוף לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, ווי עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער אז ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך אים אליין.{{הערה|{{ירושלמי|סוכה|ד|ג}}; {{בבלי|סוכה|מה|א|מפרש=תוספות|ד"ה=אני}}.}}{{הבהרה|א מקור וואס פארבידנט די אלע מראה מקומות מיטן פיוט פארלאנגט}}


==געבוי==
==געבוי==

רעוויזיע פון 20:50, 26 סעפטעמבער 2023

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ אֵלִֽים בְּלֽוּד עִמָּֽךְ.

בְּצֵֽאתְךָֽ לְיֵֽשַׁע עַמָּֽךְ. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ גּֽוֹי וֵֽאלֹהִֽים.

דְּרוּשִֽׁים לְיֵֽשַׁע אֱלֹהִֽים. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ הֲמֽוֹן צְבָאֽוֹת.

וְעִמָּֽם מַלְאֲכֵֽי צְבָאֽוֹת. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ זַכִּֽים מִבֵּֽית עֲבָדִֽים.

חַנּֽוּן בְּיָדָֽם מַֽעֲבִידִֽים. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ טְבוּעִֽים בְּצֽוּל גְּזָרִֽים.

יְקָֽרְךָֽ עִמָּֽם מַֽעֲבִירִֽים. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ כַּנָּֽה מְשׁוֹרֶֽרֶת וַיּֽוֹשַׁע.

לְגוֹחָֽהּ מְצֻיֶּֽנֶת וַיִּוָּֽשַׁע. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ מַֽאֲמַֽר וְהֽוֹצֵאתִֽי אֶתְכֶֽם.

נָקֽוּב וְהֽוּצֵאתִֽי אִתְּכֶֽם. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ סֽוֹבְבֵֽי מִזְבֵּֽחַ.

עֽוֹמְסֵֽי עֲרָבָֽה לְהַקִּֽיף מִזְבֵּֽחַ. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ פִּלְאֵֽי אָרֽוֹן כְּהֻפְשַֽׁע.

צִעֵֽר פְּלֶֽשֶׁת בַּֽחֲרֽוֹן אַֽף וְנוֹשַֽׁע. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ קְהִלּֽוֹת בָּבֶֽלָה שִׁלַּֽחְתָּ.

רַחֽוּם לְמַֽעֲנָֽם שֻׁלַּֽחְתָּ. כֵּן הוֹשַׁע נָא:

כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שְׁבֽוּת שִׁבְטֵֽי יַֽעֲקֹֽב.

תָּשֽׁוּב וְתָשִֽׁיב שְׁבֽוּת אָֽהֳלֵֽי יַֽעֲקֹֽב. וְהוֹשִֽׁיעָה נָּֽא:

כְּהוֹשַׁעְתָּ אֵלִים איז א פיוט הושענות וואס ווערט געזאגט אלס א טייל פונעם מנהג הושענות אום סוכות, לויט די מנהגי אשכנז און איטאליע. אינעם פיוט, בעטן די מתפללים פונעם באשעפער אז ער זאל זיי העלפן, פונקט ווי ער האט געהאלפן זייערע עלטערן אסאך מאל אין די אידישע היסטאריע, איבערהויפט ביי יציאת מצרים. עס איז אנגענומען עס צו באציען צו דעם פייטן רבי אלעזר הקליר, וואס האט גאוואוינט ווי אפגעשאצט אין ארץ ישראל אנפאנג דעם 7'טן יארהונדערט.[1]

אינהאלט פונעם פיוט

די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז אוועקגעשטעלט אופן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. די געדאנק ערשיינט אפאר מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים ”עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה” (תהלים צא, טו) און ”בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר” (ישעיהו סג, ט) און אזוי אויך אויף דרשות פון אסאך פסוקים.[2] די געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: לויט רבי יהודה אין צייט פון די הושענות אין בית המקדש (ארומנעמען די מזבח) האט מען אויסגערופן "אני והו והוא הושיעה נא".[3] דער תלמוד ירושלמי טייטשט די אויסרוף לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, ווי עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער אז ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך אים אליין.[4][אויסקלארונג פארלאנגט]

געבוי

יעדע שורה אינעם פיוט פאנגט זיך אן מיט די ווארט "כהושעת", דערמאנענדיג די ישועה פונעם פארגאנגענהייט, און ענדיגט זיך מיט די ווערטער "כן הושע נא". אינדערמיט ערשיינען צוויי שורות גראמען אין דער פיוט איז אויסדעשטעלט אין אן אקראסטיכאן פון די אלף-בית.

דער סארט געבוי פון הושענות, וואס זענען געבויט לויט "כהושעת... כן הושע נא", איז זייער פאפולער, און נאך פייטנים האבן געשריבן אזעלכע הושענות; צווישן זיי רבי יוסף אבן אביתור, רבי מנחם ברבי מכיר, און רבי שמואל החסיד. אין א מערהייט קהילות איז געשאפן געווארן א מנהג צו ענדיגן יעדן טאג די הושענות מיט א פיוט פון דער סארט.[5]

אין די מנהגים פון דאווענען

אין נוסח אשכנז ווערט געזאגט די הושענא יעדן טאג פון די טעג פון סוכות נאכן ארומנעמען די בימה (ביים ארומנעמען זאגט מען א אנדער הושענא), אריינגערעכנט הושענא רבה, אויסער שבת חול המועד. אין פארגאנגענהייט זענען געווען קהילות (צווישן זיי ווירמייזא) וואס האבן זיך געפירט צו זאגן די הושענא יעדן צווייטן טאג, און די הושענא "כהושעת אב" פון רבי שמואל החסיד ביי אנדערען.[6][7] אזוי האט מען זיך געפירט אויך ביי אסאך פון די קהילות פון צרפת, ווי עס ווערט געברענגט אין סדר טרוייש.[8]

אין נוסח אשכנז, איז אנגענומען צו זאגן נאך די הושענא די לעצטע שורה פון די הושענא "כהושעת אב": ”כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שֽׁוֹמְרֵֽי מִצְוֹֽת וְחוֹכֵֽי יְשׁוּעֽוֹת. אֵֽל לְמֽוֹשָׁעֽוֹת וְהוֹשִֽׁיעָה נָּֽא:”[7] אין די קהילות וואס מען האט זיך געפירט צו זאגן לסירוגין די צוויי הושענות, איז אין די טעג וואס מען האט געזאגט "כהושעת אב", האט מען צוגעלייגט ביים ענדעע די לעצטע שורה פון די הושענא ("כהושעת שבות...").[6]

אין נוסח איטאליע, ווערט געזאגט די הושענא ביים ארומנעמען די בימה (ווי א איינציגע הושענא) האלב פון די טעג, און די הושענא "אנא אזון חין" די אנדערע; ווען יעדעס ווערט געזאגט יעדן צווייטן טאג. דערצו, ווערט געזאגט די הושענא שבת חול המועד, און הושענא רבה נאך די הקפות.[9] אויך אין נוסחיא איז איינגעפירט די הושענא.[10]

זעט אויך

אינדרויסנדע לינקס

ביאורים

רעפערענצן

  1. יונה פרנקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' לט.
  2. מכילתא דרבי ישמעאל, פרשתא דפסחא, פרק י"ב, פסוק מ.
  3. משנה, סוכה ד, ה.
  4. תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג'; תוספות, סוכה מה, א, ד"ה אני.
  5. פרנקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' מ–מא.
  6. 6.0 6.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, מכון ירושלים תשמ"ח, סי' קג.
  7. 7.0 7.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם אפשטיין, ר' שמואל החסיד בר' קלונימוס הזקן, ברדיטשוב תרס"ד, עמ' 17–18.

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סדר טרוייש, פרנקפורט דמיין תרס"ה, עמ' 34. אויך אין מחזור ויטרי ערשיינען די צוויי הושענות צו זאגן נאך די הושענות וואס טוישן זיך(
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מחזור ויטרי, מקיצי נרדמים, ברלין תרנ"א, חלק ב', סי' שצא–שצב).
  9. וועגן די פונקטליכע צוטיילן פון די הושענות צווישן די טעג זענען דא חילוקי מנהגים.
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי מנחם עמנואל הרטום, מחזור איטלייני כמנהג כל הקהילות, ירושלים תשס"ה, כרך ב' עמ' 851 ואילך; הלל משה סרמוניטה ואנג'לו מרדכי פיאטלי, מחזור לסוכות כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' קמז.
  10. סדור תפלות השנה כמנהג קהלותיא, ונציה רפ"ג, דף תי ע"א.