אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דאנערשטאג"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
9,198 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
←‏אין אידישקייט: פארברייטערט
(←‏נאמען: פארברייטערט)
(←‏אין אידישקייט: פארברייטערט)
שורה 11: שורה 11:


==אין אידישקייט==
==אין אידישקייט==
ווי פארציילט אין אנהייב [[ספר בראשית]], האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די [[אינזעקט]]ן, די באשעפענישן פון די וואסערן און די [[פויגל|פייגלען]] פון הימל:
{{ציטוט||תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים--יִשְׁרְצוּ הַמַּיִם, שֶׁרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה; וְעוֹף יְעוֹפֵף עַל-הָאָרֶץ, עַל-פְּנֵי רְקִיעַ הַשָּׁמָיִם. וַיִּבְרָא אֱלֹקִים, אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים; וְאֵת כָּל-נֶפֶשׁ הַחַיָּה הָרֹמֶשֶׂת אֲשֶׁר שָׁרְצוּ הַמַּיִם לְמִינֵהֶם, וְאֵת כָּל-עוֹף כָּנָף לְמִינֵהוּ, וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב.  וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים, לֵאמֹר:  פְּרוּ וּרְבוּ, וּמִלְאוּ אֶת-הַמַּיִם בַּיַּמִּים, וְהָעוֹף, יִרֶב בָּאָרֶץ. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם חֲמִישִׁי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|כ|כג}}|מרכאות=כן}}
לויט איין דעה אין [[חז"ל]], זענען באשאפן געווארן אין דעם טאג אויך די [[מלאך|מלאכים]]{{הערה|איין דעה אין {{מדרש רבה|בראשית|ג|ח}}; לויט די אנדערע דעה זענען זיי באשאפן געווארן [[מאנטאג]].}}.
בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים פ"א|הרנינו לאלקים עוזינו]]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט באשאפן די פילפארביגע פיש און פייגל וועלכע ברענגען ארויס זיין לויב{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}.
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די מעוברות און מיניקות{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}.
מען פירט זיך צו [[קריאת התורה|ליינען אין דער תורה]] יעדן [[מאנטאג]] און דאנערשטאג ביי שחרית, כדי עס זאל נישט אריבערגיין דריי טעג פון וואך אן [[תורה]]{{הערה|{{רמב"ם|תפלה|יב|א}}}}. דאס איז איינגעפירט געווארן דורך [[משה רבינו]]{{הערה|{{רמב"ם|תפלה|יב|א}}; ספר הפרדס, מהדורת עהרענרייך עמוד של"ח.}}, אדער דורך [[עזרא|עזרא הסופר]]{{הערה|{{ירושלמי|מגילה|ד|א}}; [[מסכת סופרים]], פרק עשירי.}}. מען האט באשטימט דווקא מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די [[לוחות הברית|צווייטע לוחות]] אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג, און די טעג זענען דעריבער ימי רצון{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|פב|א|מפרש=תוספות|ד"ה=כדי}}; לבוש, אורח חיים סימן קל"ד סעיף א'.}}.
מען פירט זיך צו פארלענגערן דעם [[תחנון]] אין מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל די טעג זענען ימי רצון{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלד|א|מפרש=רמ"א}}}}. די [[ראמאניאטן]] האבן אין די טעג צוגעלייגט פסוקים פון תחנונים אין די [[פסוקי דזמרה]], ביים שטיקל פון "הודו"{{הערה|סדור תפילות השנה כמנהג קהילות רומניא, דפוס ווענעציע, דף י ע"א}}.
טייל [[ספרדים]] האבן געזאגט [[סליחות]] יעדן מאנטאג און דאנערשטאג{{הערה|ספר סדר היום, כוונת תחנונים. זעט: קובץ עץ חיים (באבוב), חלק י"ט עמוד שנ"ה, איבער די מנהגים דערוועגן.}}. אנדערע האבן זיך געפירט צו אויפשטיין צו סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פון [[אלול|חודש אלול]]{{הערה|[[רבי מנחם המאירי]], חיבור התשובה מאמר שני פרק א'. זעט מחזור ארם-צובא, עמוד של"ט.}}.
וויבאלד מאנטאג און דאנערשטאג זענען ימי רצון, זענען איינגעפירט געווארן פארשידענע [[תענית]]ים אין די טעג{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלד|א|מפרש=רמ"א}}. זעט אויך {{שלחן ערוך|אורח חיים|תקנב|יא}} און די נושאי כלים}}. ווען עס האט נישט [[רעגן|גערעגנט]] אין צייט, האבן די יחידים אנגעהויבן פאסטן מאנטאג און דאנערשטאג{{הערה|{{בבלי|תענית|י|א}}}}. אין [[אשכנזים|אשכנז]] און צרפת האט מען זיך געפירט צו פאסטן [[בה"ב|תענית בה"ב]] נאך די ימים טובים{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תצב}}}}. אין די [[ישיבות המקובלים]] פירן זיך טייל צו פאסטן און אפרעכטן פארשידענע תיקונים אין מאנטאג און דאנערשטאג פון די [[שובבי"ם]] וואכן. פארהאן ווער עס זאגט אז מען האט גוזר געווען צו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אויפן [[חורבן בית המקדש]] און [[חילול השם]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקפ|ג}}. זעט אויך תמים דעים סימן רמ"ה, אז [[מר בריה דרבינא]] האט געפאסט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פון יאר.}}. א [[קריסטנטום|קריסטליכער]] טעקסט פון [[1'טער יארהונדערט|ערשטן יארהונדערט]] ווארנט מען זאל נישט פאסטן אין מאנטאג אדער דאנערשטאג, אן אנערקענטער אידישער מנהג{{הערה|[[wikisource:Didache_(Lightfoot_translation)#Chapter_8|Didache, Chapter 8]]|כיוון=שמאל}}.
געוויסע [[סופר]]ים זענען מדקדק צו שרייבן [[מזוזה|מזוזות]] און [[תפילין]] און [[קמיע|קמיעות]] נאר אין באשטימטע שעות אין מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל דאס וואס ווערט געשריבן אין יענע צייטן איז מצליח{{הערה|סידור רש"י, אות תנ"ה}}.
עזרא הסופר האט איינגעפירט אז [[בית דין]] זאל זיצן און משפט'ן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג{{הערה|{{בבלי|כתובות|ג|א}}}}, ווייל אידן פון די דערפער קומען דאן אריין צו די שטעט פאר קריאת התורה{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|פב|א}}}}, אדער ווייל די [[ספר תורה]] איז שוין גרייט אין פאל וואס מען דארף איינעם [[שבועה|באשווערן]]{{הערה|{{טור|חושן משפט|א}}, בשם [[רב האי גאון]]}}. בזמן הזה גייט נישט אן די תקנה, און יעדע טאג פון וואך קען ווערן באשטימט פאר ישיבת בית דין{{הערה|{{טור|חושן משפט|א}}}}.
וויבאלד בית דין זיצט אין מאנטאג און דאנערשטאג זענען זיי טעג פון דין, און עס פאדערט מער זכותים צו ווערן געראטעוועט פון געפאר{{הערה|{{בבלי|שבת|קכט|ב}}}}.
ווען [[פורים]] געפאלט אין איינע פון די אנדערע טעג פון וואך, האבן די חכמים געגעבן רשות פאר די אידן פון די דערפער צו [[מגילה ליינען|ליינען]] די [[מגילת אסתר|מגילה]] דעם מאנטאג אדער דאנערשטאג בעפאר [[י"ד אדר]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|ב|א}}}}. דאס גייט נישט אן בזמן הזה{{הערה|{{טור|אורח חיים|תרפח}}}}.
טייל האבן זיך געפירט צו לערנען בעיון מאנטאג און דאנערשטאג, און די אנדערע טעג בקיאות{{הערה|שני לוחות הברית, סוף חלק תורה שבעל פה, בשם ר"י די ליאון}}.
געוויסע האבן זיך געפירט צו גיין אין [[מקוה]] יעדן מאנטאג און דאנערשטאג{{הערה|מגיד מישרים, פרשת בהר; זכרון לבני ישראל, עמוד נ"ח}}.


==אין אלגעמיינע קולטורן==
==אין אלגעמיינע קולטורן==

נאוויגאציע מעניו