אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תקיעת שופר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 64: שורה 64:
אין רוב קהילות פירט מען זיך צו משלים זיין די נומער קולות צו הונדערט על ידי וואס מען בלאזט נאך חזרת הש"ץ (בדרך כלל אינמיטן [[קדיש]]) נאך 10, 40, אדער 60 קולות (לויט וויפל מען בלאזט ביי מוסף). די נומער איז מכוון צו די נומער יבבות פון די מאמע פון [[סיסרא]] לויט ווי עס איז מקובל.{{הערה|[[הערוך]] ערך ערב, עס ווערט געבריינגט אין [[ארבעה טורים|טור]] [[אורח חיים]] סימן תקצ"ב.}}
אין רוב קהילות פירט מען זיך צו משלים זיין די נומער קולות צו הונדערט על ידי וואס מען בלאזט נאך חזרת הש"ץ (בדרך כלל אינמיטן [[קדיש]]) נאך 10, 40, אדער 60 קולות (לויט וויפל מען בלאזט ביי מוסף). די נומער איז מכוון צו די נומער יבבות פון די מאמע פון [[סיסרא]] לויט ווי עס איז מקובל.{{הערה|[[הערוך]] ערך ערב, עס ווערט געבריינגט אין [[ארבעה טורים|טור]] [[אורח חיים]] סימן תקצ"ב.}}


ביי די אידן פון [[ספרד]] און [[תימן]] פירט מען זיך צו בלאזן נאך דעם דאווענען א לאנגע תרועה וואס ווערט אנגערופן '''תרועה גדולה'''{{הערה|סדר רב עמרם גאון עס ווערט געבריינגט אין {{בבלי|ראש השנה|לג|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=שיעור תרועה}}}}. און מיט דעם בלאזן זיי 101 קולות. די חסידים פון [[חב"ד]] פירן זיך אז מען בלאזט נאך מוסף נאך 40 קולות אפילו זיי בלאזן אויך ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי 130 קולות. און די ספרדים פון מערב זייט פון [[אירופה]] פירן זיך צו בלאזן נאך מוסף נאר 10 קולות אפילו זיי בלאזן נישט ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי נאר 71 קולות.
ביי די אידן פון [[ספרד]] און [[תימן]] פירט מען זיך צו בלאזן נאך דעם דאווענען א לאנגע תרועה וואס ווערט אנגערופן '''תרועה גדולה'''{{הערה|סדר רב עמרם גאון עס ווערט געבריינגט אין {{בבלי|ראש השנה|לג|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=שיעור תרועה}}}}. און מיט דעם בלאזן זיי 101 קולות. די חסידים פון [[חב"ד]] פירן זיך אז מען בלאזט נאך מוסף נאך 40 קולות אפילו זיי בלאזן אויך ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי 130 קולות. און די ספרדים פון מערב זייט פון [[אירופה]] פירן זיך צו בלאזן נאך מוסף נאר 10 קולות אפילו זיי בלאזן נישט ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי נאר 71 קולות.


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 08:09, 7 סעפטעמבער 2023

תקיעת שופר
(הויפט מקורות)
תקיעה בשופר
תקיעה בשופר
מקרא במדבר כט, א
משנה מסכת ראש השנה, פרקים ג'-ד'
משנה תורה הלכות שופר וסוכה ולולב, פרקים א'-ג'
שולחן ערוך אורח חיים, סימנים תקפ"ה-תקצ"ו
ספרי מניין המצוות ספר המצוות, עשה ק"ע
ספר החינוך, מצוה ת"ה

תקיעת שופר איז א מצות עשה פון דער תורה, צו בלאזן שופר אין ראש השנה.

די תורה רופט אן די טאג פון ראש השנה ”יום תרועה”[1] ו”זכרון תרועה”[2], און חז"ל האבן ארויס געלערנט פון דעם אז מען דארף בלאזן מיט א שופר אין דעם טאג.

אין בית המקדש האט מען געבלאזן אויך מיט חצוצרות.

די סארטן בלאזן

תקיעה, שברים, תרועה און נאך א תקיעה

חז"ל האבן ארויס געלערנט אז די מצוה פון בלאזן מיטן שופר ראש השנה איז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן ביים יובל. און ווי באלד עס שטייט דריי מאל די ווארט תרועה ביי די פסוקים פון ראש השנה און יובל[3], לערנט מען אויס אז מען דארף בלאזן דריי מאל. פון די פסוק ”והעברת שופר תרועה ... תעבירו שופר בכל ארצכם”[4] האבן חז"ל ארויס געלערנט אז מען דארף בלאזן א גלאטע תקיעה פאר און נאך יעדן תרועה[5]. קומט אויס אז די מצוה פון תורה איז בלאזן ניין מאל - דריי תרועות און זעקס תקיעות.

אבער חז"ל האבן זיך מסתפק געווען וואס מיינט דאס א 'תרועה': צו מיינט עס א "שברים", אדער א "תרועה", אדער מיינט עס ביידע צוזאמען איינע נאך די אנדערע (שברים - תרועה):

  • שברים - דריי קורצע קולות. עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא גניחות.
  • תרועה - גאר קורצע קולות. רוב מפרשים זענען מסביר אז עס מיינט צו מאכן דריי אזעלכע קולות[6], עס איז דא וואס זאגן אז עס מיינט איין קול וואס טרייסלט[7], אבער עס איז איינגעפירט צו מאכן לכל הפחות ניין קורצע קולות[8] עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא יבבות.
  • שברים - תרועה - גניחות און שפעטער יבבות.

לויט רב האי גאון[9] איז דאס נישט קיין עכטער ספק נאר אין יעדן פלאץ האט מען זיך געפירט אנדערש; אבער לויטן רמב"ם[10] איז דאס אן עכטער ספק וואס די תורה מיינט.

כדי צו יוצא זיין לויט אלע דעות האבן חז"ל געהייסן צו בלאזן דריי מאל יעדן סארט תרועה.

קומט אויס אז מען בלאזט דרייסיג מאל - 18 תקיעות, 6 שברים, און 6 תרועות[11].

די דרייסיג קולות איז צוטיילט אין דריי אפטיילונגען:

  • סדר תשר"ת (ביי די קדמונים 'קשר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, שפעטער א תרועה און נאך א תקיעה.
  • סדר תש"ת (ביי די קדמונים 'קש"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, און נאך א תקיעה.
  • סדר תר"ת (ביי די קדמונים 'קר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א תרועה, און נאך א תקיעה.

דיני התוקע והשומע

סיי דער וואס הערט און סיי דער וואס בלאזט דארפן מכוון זיין צו יוצא זיין די מצוה[12]. דערפאר, אויב איינער האט זיך געשפילט מיט א שופר און עס איז ארויס א תקיעה, אדער דער וואס הערט האט נישט געוואוסט אז עס איז א קול פון א שופר, אדער אויב האט ער געבלאזן כדי צו זיך אויסלערנען אדער צו זינגען איז מען נישט יוצא[13]. א חרש אדער א שוטה אדער א קטן וואס זענען נישט חייב במצוות קענען נישט מוציא זיין אנדערע[14]. מען דארף בלאזן שטייענדיג[15] און דערפאר טאר מען נישט זיך אנשפארן אויף א זאך וואס אויב מען וועט דאס אוועק נעמען וועט ער פאלן[16]. מען פירט זיך צו בלאזן נעבן בימה[17] וייל דארטן ליינט מען אין תורה כדי די זכות פון תורה זאל זיך מצרף זיין צו די זכות פון שופר[18]. מען דארף בלאזן אין די רעכטע זייט פון מויל, און דער עפענונג פון שופר זאל זיין אויף ארויף[19].

דער וואס הערט די תקיעות דארף הערן די גאנצע תקיעה. און אויב האט ער געהערט נאר א טייל פון תקיעה אפילו עס איז געווען כשיעור תקיעה איז ער נישט יוצא[20]. איינער וואס האט געהערט נאר א ווידערקול פון שופר איז נישט יוצא. און דערפאר ווען איינער בלאזט אין א גרוב (אזוי ווי עס איז געווען מצוי אין שעת השמד)[21] זענען די וואס שטייען אינדרויסן נישט יוצא ווייל זיי הערן נאר א ווידערקול[22]. להלכה איז מען אויך יוצא ביי א שופר וואס איז אסור בהנאה למשל צוליב א נדר ווייל א מצוה הייסט נישט קיין הנאה[23].

דער שיעור פון די קולות

אלע סארטן קולות וואס גייען ארויס פון דער שופר זענען כשר, סיי דין און סיי דיק און סיי הייזעריג[24]. אויך אויב עס איז געווארן אנדערש דער קול צוליב א לאך, איז עס כשר מעיקר הדין[25]. די קורצסטע שיעור פון תקיעה איז אזוי ווי א שיעור תרועה פון 'שלש יבבות', דאס מיינט די דריי קורצסטע קולות[26] און עס איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מען דארף כשיעור ניין אזעלכע קולות[27]. פאר א נארמאלער בעל תוקע נעמט דאס א סעקונדע מיט א האלבן[28]. ווייניגער פון דער שיעור רופט זיך אן א 'שבר'[29]. די תקיעה מיט די תרועה דארפן זיין אין דער זעלבער ליינג, און דערפאר ביי סדר תש"ת וואס די תרועה איז דריי שברים דארף די תקיעה זיין אזוי ווי דריי שברים. און די זעלבע זאך ביי תשר"ת[30]. מען מעג מאריך זיין אין די תקיעה מיט די וויפל מען וויל און אויך מאכן וויפ שברים און תרועות מען וויל[31]. די שברים מיט די תרועה דארף מען מאכן איינע נאך די אנדערע (אין איין האטעם) וויל עס איז א גאנצער קול, אבער ביי שברים תרועה איז דא א מחלוקת: עס איז דא וואס זאגן אז מען דארף עס מאכן אין איין מאל וויל עס הייסט איין תרועה[32], און עס איז דא וואס זאגן אז מקען מאכן א הפסק פון איין האטעם[33], און אזוי איז מער ראוי וויל א מענטש ווינט נישט און קרעכצעט נישט אין איין האטעם[34]. להלכה פירט מען זיך אין רוב קהילות צו אכן ביידע - ביי די זיצנדיגע בלאזט מען אין איין מאל און ביי די שטייענדיגע מיט א הפסק[35]. א פאסאלער קול אינמיטן א 'סדר' פאסלט דער גאנצער סדר, אבער א תקיעה וואס עס איז נישט גוט געבלאזן, אדער אוב הערטער אינמיטן תקיעות פון אן אנדערן מניין אן קיין כוונה צו יוצא זיין[36] הייסט עס נישט קיין הפסק. אופערן אינמיטן בלאזן אן טאן קיין אנדער זאך איז נישט קיין הפסק און עס פאסלט נישט די תקיעות[37].

די נומער פון די קולות און זייער צייט

אין גמרא שטייט אז מען פלעגט בלאזן ביי צווי צייטן ביים דאווענען: 30 תקיעות וואס ווערט אנגערופן 'תקיעות דמיושב' - זיצנדיגע תקיעות (וויל דענצמאלט מעג מען זיצן), לויט רוב שיטות בלאזט מען די 30 תקיעות פארן דאווענען תפילת מוסף, און אין די תקיעות איז מען יוצא די מצוה פון תורה, און נאך תקיעות וואס ווערט אנגערופן 'תקיעות דמעומד' - שטייענדיגע תקיעות, וואס ביי זיי דארף מען שטיין, לויט רוב שיטות בלאזט מען די תקיעות אינמיטן מוסף נאך יעדע ברכה פון מלכויות זכרונות און שופרות, און מיט דעם איז מען יוצא דער עיקר המצווה פון תקנת חז"ל צו בלאזן אויף סדר הברכות[38].

די סיבה וואס מען בלאזט ביי מוסף[39] אפילו וואס נארמאל איז דא א עניין פון זריזין מקדימין למצוות, איז וויל ביי שעת השמד האבן די פיינט געמיינט אז בלאזן גלייך אינדערפרי איז א רוף צו א מרידה{הערה|תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק ד', הלכה ח', עס ווערט געבריינגט אין תוספות, ראש השנה לב, ב, ד"ה בשעת.}}, אדער וויל די מלוכה האט גוזר געווען צו נישט בלאזן, און אגאנצן אינדערפרי האבן זיי אכטונג געגבן זאל מען נישט בלאזן[40], און דערפאר האבן חז"ל געהייסן צו בלאזן ביי מוסף און די תקננה האט געבליבן[41]. נאך א טעם, כדי זאל מען ווערן געדיינקט בשעת דעם בלאזן ווען מען איז פול מצוות כרימון, וייל מען האט שוין געליינט קריאת שמע און געדאוונט און געליינט אין די תורה און דערפאר וועט מען זוכה זיין ביים דין[42].

די גמרא איז מסביר אז די סיבה וואס מען בלאז אזוי פיל תקיעות איז כדי 'לערבב את השטן'[43], און די מפרשים זענען מסביר אז דער אויבערשטער זעט ווי די אידן זענען מחבב די מצוות הערט ער זיך נישט איין צום שטן[44] אדער צו מעורר זיין די זיכרון פון שופרו של משיח וואס דענצמאלט וועט ווערן בטל דער שטן[45] אדער צו מכניע זיין דער יצר הרע אין הארץ וואס ווערט אנגערופן שטן[46] צו זיך מעורר זיין אויף תשובה[47]. נישטא קיין איסור פון בל תוסיף ווען מען מאכט איין מצווה אסאך מאל[48].

אפאר מנהגים ביי די תקיעות פון מוסף

  • דער רמב"ם[49] שרייבט אז צולייב טירחא דציבורא בלאזט מען ביי מוסף נאר צען קולות - נאך מלכויות בלאזט מען תשר"ת, און נאך זכרונות בלאזט מען תש"ת, און נאך שופרות תר"ת, איז מיט די זיצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 40 קולות (עס איז דא נאך ראשונים וואס האלטן ווי דער רמב"ם).
  • רבינו תם און אנדערע ראשונים האבן געהייסן, אז מען דארף בלאזן ביי מוסף 12 קולות דאס הייסט תשר" נאך יעדן ברכה און צוזאמען מיט די זצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 42 קולות. דער מנהג איז געפסקנט להלכה אין רמ"א.[50]

לויט די ערשטע דעה אין שולחן ערוך,[50] בלאזט מען ביי מוסף אזוי ווי שיטת הרמב"ם. און לויט די צוויטע דעה בלאזט מען נאך מלכויות דריי מאל תשר"ת, און נאך זכרונות דריי מאל תש"ת, און נאך שופרות דריי מאל תר"ת.[50] אבער דער ערוך השולחן שרייבט אז עס איז א גרייז און די כוונה איז אז נאך יעדן ברכה בלאזט מען תשר"ת תש"ת תר"ת.[51] און אין רוב פלעצער היינט פירט מען זאך אזוי, חוץ פון ביי די תימנים און ביי קהילות פון אשכנז וואס פירן זיך ווי דער רמב"ם, און א טייל פון די ספרדים וואס פירן זיך ווי עס שטייט בפשטות ביים צוויטן דעה אין שולחן ערוך, און ביי קהילת וויען אין ירושלים (און עפשער ביי נאך פלעצער) פירט מען זיך ווי דער רבינו תם און דער רמ"א.

ביי די חסידים וואס דאווענען נוסח ספרד און ביי רוב קהילות פון די ספרדים פירט מען זיך צו בלאזן 30 קולות ביי שמונה עשרה, אזוי ווי מען בלאזט ביי חזרת הש"ץ. לויט דעם מנהג בלאזט מען 30 קולות פאר מוסף, 30 קולותביים שטילן שמונה עשרה, און 30 קולות ביים חזרת הש"ץ. און מנהג אשכנז און איטליה און אזוי פירן זיך די ספרדים פון מערב זייט פון אירופה איז צו נישט בלאזן ביי שמונה עשרה.

אין רוב קהילות פירט מען זיך צו משלים זיין די נומער קולות צו הונדערט על ידי וואס מען בלאזט נאך חזרת הש"ץ (בדרך כלל אינמיטן קדיש) נאך 10, 40, אדער 60 קולות (לויט וויפל מען בלאזט ביי מוסף). די נומער איז מכוון צו די נומער יבבות פון די מאמע פון סיסרא לויט ווי עס איז מקובל.[52]

ביי די אידן פון ספרד און תימן פירט מען זיך צו בלאזן נאך דעם דאווענען א לאנגע תרועה וואס ווערט אנגערופן תרועה גדולה[53]. און מיט דעם בלאזן זיי 101 קולות. די חסידים פון חב"ד פירן זיך אז מען בלאזט נאך מוסף נאך 40 קולות אפילו זיי בלאזן אויך ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי 130 קולות. און די ספרדים פון מערב זייט פון אירופה פירן זיך צו בלאזן נאך מוסף נאר 10 קולות אפילו זיי בלאזן נישט ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי נאר 71 קולות.

רעפערענצן

  1. במדבר כט
  2. ויקרא כג
  3. במדבר כט, ויקרא כג וכה
  4. ויקרא כה, ט
  5. ראש השנה לג, ב-לד.
  6. רש"י, ראש השנה לג, ד"ה שלש יבבות
  7. רב סעדיה גאון אין זיין סידור, דער רמב"ם און דער מגדל עוז.
  8. כדעת ריב"א בתוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור תרועה
  9. זיין תשובה ווערט געברענגט אין ספר תמים דעים לראב"ד סימן קי"ט, און אין קורצן ביי רבינו חננאל לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה לד, א
  10. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
  11. ראש השנה לד, א
  12. משנה, ראש השנה ג, ז
  13. ראש השנה כח, ב וכן נפסק בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ט, סעיף ח'
  14. משנה, ראש השנה ג, ח
  15. טור, אורח חיים, סימן תקפ"ה
  16. מהרי"ל הלכות שופר סימן ג'
  17. כלבו סימן סד
  18. משנה ברורה, סימן תקפ"ה, סעיף קטן ג'
  19. רמ"א בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ה, סעיף ב'
  20. ראש השנה כח, א לויט דער רמב"ן און דער ר"ן און די ערשטע שיטה אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ז. און לויט דער תוספות הרא"ש און די צווייטע דעה אין שלחן ערוך איז ער יא יוצא אויב עס איז געווען כשיעור תקיעה
  21. ר"ן על הרי"ף דף ז עמוד א אין נאמען פון רב האי גאון
  22. ראש השנה כז, ב
  23. ראש השנה כח, א
  24. ראש השנה כז, ב; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף ו'
  25. תוספות, ראש השנה כז, ב, ד"ה ניקב שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף ז'
  26. רש"י, ראש השנה לג, ב, ד"ה שלש יבבות
  27. תוספות שם ד"ה שיעור תרועה
  28. הרב דוד קולדצקי, שונה הלכות תורת המועדים עמוד רצה, הרב שמעון בוקסר, שופרא דשופר פרק טו.
  29. תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור. לויט דער רמב"ן (אין זיין דרשה אויף ראש השנה) און דער ריטב"א (ראש השנה דף לג עמוד ב) איז דא אויך א חילוק אין דער סארט שבר וואס עס צוברעכט זיך אזוי ווי א קרעכץ (או-טו, או טו-או-טו), און אזוי פירן זיך קהילות רוסיה וליטא. דער מהרי"ל דיסקין האט נאך מחמיר געווען, אז די 'תקיעה' זאל זיין גלאט און גלייך אן קיין שום 'שבירה'.
  30. תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור, שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"צ, סעיף ג'
  31. תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור
  32. רמב"ן ר"ן און רא"ש אבער אביסל אן הפסק דארף מען יא מאכן. בית יוסף על פי חולין כו, ב
  33. רש"י, סוכה נג, ב, ד"ה ולא כלום און דער מגיד משנה לויט דער משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
  34. תשובת רבינו תם עס ווערט געבריינגט אין ראבי"ה סימן תקמ"ב און אין מרדכי ראש השנה רמז תש"כ און אין תרומת הדשן סימן קמ"ב
  35. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"צ, סעיף ד'
  36. לויט דער מגן אברהם תק"צ ס"ק י'
  37. ראש השנה לד, ב ר"ן רין נאמען פון דער רמב"ן און דער רא"ש פרק ד סימן יא
  38. תוספות, פסחים קטו, א, ד"ה מתקיף
  39. משנה, ראש השנה ד, ז
  40. רש"י, ראש השנה לב, ב, ד"ה בשעת השמד
  41. ריטב"א ראש השנה דף לב עמוד ב
  42. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק ד', הלכה ח' מדרש פסיקתא רבתי פיסקא מ
  43. ראש השנה טז, ב
  44. רש"י דארטן
  45. ספר הערוך וואס ווערט געבריינגט אין תוספות
  46. בבא בתרא טז, א
  47. ר"ן על הרי"ף דף ג עמוד א מדפי הרי"ף
  48. תוספות, ראש השנה טז, ב, ד"ה ותוקעים
  49. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה י'
  50. 50.0 50.1 50.2 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקצ"ב, סעיף א'
  51. הרב יחיאל מיכל הלוי אפשטיין, ערוך השלחן, אורח חיים תקצ"ב, סעיף ג'
  52. הערוך ערך ערב, עס ווערט געבריינגט אין טור אורח חיים סימן תקצ"ב.
  53. סדר רב עמרם גאון עס ווערט געבריינגט אין תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור תרועה