אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמועס:חודש"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
4,308 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
רעאקציע
(←‏הערות: נושא חדש (CD))
 
(רעאקציע)
שורה 7: שורה 7:
ד. אין מעסאטאפאמיע איז אויך געווען צוויי אלולו'ס אמאל.<br>
ד. אין מעסאטאפאמיע איז אויך געווען צוויי אלולו'ס אמאל.<br>
נאך הערות (און פיזישע צופוץ...) וועט נאכפאלגען... [[באַניצער:שווערמער|שווערמער]] ([[באַניצער שמועס:שווערמער|שמועס]]) 01:58, 31 אויגוסט 2023 (UTC)
נאך הערות (און פיזישע צופוץ...) וועט נאכפאלגען... [[באַניצער:שווערמער|שווערמער]] ([[באַניצער שמועס:שווערמער|שמועס]]) 01:58, 31 אויגוסט 2023 (UTC)
:א דאנק פאר {{א|שווערמער|דיינע}} הערות! {{ש}}קודם איין כלליות'דיגע ענטפער: דער ארטיקל איז איבער דער טערמין "חודש" '''אין אידיש''', כאטש וואס כמובן קומט דערין אריין די דינים והגדרות פון א חודש אין דער תורה. עטליכע פון דיינע הערות באציען זיך ווען ענדערש צו אזא ארטיקל אין אן אנציקלופדיה תורנית, אבער ווייניגער ווען די רעדע איז פון א אידישע (אלגעמיינע) ענציקלאפעדיע. {{ש}}א. שתי תשובות בדבר: ערשטענס, ווער זאגט אז אין ארטיקל [[יאר]] וואלט איך נישט געשריבן די זעלבע זאך?... בלשון תורה איז אפשר א חילוק צווישן חודש (שנה) און בן חודש (בן שנה), אבער לגבי דעם אידישן באנוץ ווערט דא ארויסגעברענגט א איינפאכע נקודה, אז עס מיינט נישט נאר אזאנס ווי "אלול" (תשפ"ג) נאר אויך א משך פון צייט. (אגב, וואס וועט איר זאגן לגבי נדרים, וואו עס איז א דירעקטע מחלוקת הראשונים, און רוב לערנען כנראה אז עס באדייט '''נישט''' צוריקקומען צום זעלבן פלאץ אין קומענדיגן חודש?){{ש}} צווייטנס, אלע דינים געברענגט שטייט ביי זיי, אדער לערנען זיך פון א פלאץ וואו עס שטייט, חודש אדער ירח (מיט "ימים" אדער אן). עטליכע מקורות דארף איך נאך טאקע צולייגן. כ'האב אינגאנצן נישט אנגעהויבן ברענגען אזעלכע דינים וואס נעמען זיך בלויז פון "ל' יום" וכדומה. {{ש}}ב. איך האב דאך צוגעצייכנט די מקורות - מגילה ה,ב און רמב"ם פ"ח א-ב. אריגינעל וואלט א חודש געווען פון פאקטישע ראיה ביז פאקטישע ראיה, אבער וויבאלד ימים אתה מונה ולא שעות, טאקע דערפאר איז דער דעפיניציע פון ליל ראיה ביז ליל ראיה - גאנצע טעג. (עס דאכט זיך מיר אז איר האט פארשטאנען אז דא שטייט אז א חודש איז געבויט צו זיין פון מולד ממוצע ביז מולד ממוצע, אבער דער זאץ באציט זיך נישט צום מולד ממוצע נאר צום פאקטישן באנייאונג פון די לבנה און מעגליכע ראיה דערפון. מ'דארף אפשר אביסל טוישן דעם אויסשטעל ארויסצוברענגען קלארער). {{ש}}ג. עי' לעיל; א חודש '''אין אידיש''' האט דאס קיינמאל נישט געמיינט... דער טערמין חודש אין לה"ק נעמט זיך פון די נייע לבנה, ווי בארירט אין אנהייב אפטיילונג. עס האט מתחילה געמיינט די נייע לבנה זעלבסט (און אויך, מסתמא שפעטער, די לבנה בכלל), דערנאך דער טאג ווען די לבנה באנייט זיך (ראש חודש, ווי דו שרייבסט), דערנאך דער גאנצער ציקל אין צייט - וואס איז די איינציגסטע באדייט וואס עס האט נאר געהאט אין אידיש. כ'וועל אפשר צולייגן שפעטער די אלע אפטייטשן, מיט מקורות, אבער עס דארף זיין גענוג קלאר אז אויך אויב מיר ברענגען די השתלשלות פונעם טערמין איז דער ארטיקל בלויז איבער "חודש" אין אידיש. {{ש}}ד. מ'קען עס צולייגן, ווילאנג מ'נעמט נישט אוועק צופיל אויפמערקזאמקייט פונעם עיקר. {{ש}}איך קוק ארויס פאר ווייטערדיגע הערות און צופוץ! — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • י"ד אלול ה'תשפ"ג 07:20, 31 אויגוסט 2023 (UTC)

נאוויגאציע מעניו