אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבן משכית"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אינערליכע לינקס)
(פארראכטן פּאראמעטער)
שורה 2: שורה 2:
| שם = אבן משכית
| שם = אבן משכית
| מקרא = {{תנ"ך|ויקרא|כו|א}}
| מקרא = {{תנ"ך|ויקרא|כו|א}}
| תלמוד בבלי = {{בבלי|מגילה|כב|ב|ללא=שם}}
| תלמוד בבלי = {{בבלי|מגילה|כב|ב}}
| משנה תורה לרמב"ם = {{רמב"ם|עבודה זרה וחוקות הגויים|ו|ו|ללא=שם}}
| משנה תורה לרמב"ם = {{רמב"ם|עבודה זרה וחוקות הגויים|ו|ו|נאמען=ניין}}
| ספרי מניין המצוות = {{ספר המצוות|לאו|יב}}{{ש}}{{ספר החינוך|שמט}}
| ספרי מניין המצוות = {{ספר המצוות|לאו|יב}}{{ש}}{{ספר החינוך|שמט}}
}}
}}
שורה 28: שורה 28:


== דער שטיין ==
== דער שטיין ==
אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט{{הערה|שם=חינוך}}. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ח|ללא=שם|מפרש=רמ"א}}; {{משנה ברורה|קלא|מא}}}}, און אפילו איבער א פאדלאגע פון [[בעטאן]] געמישט מיט קליינע שטיינדלעך{{הערה|שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז}}. [[ציגל]] הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: {{ציטוטון|וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן|{{תנ"ך|בראשית|יא|ג}}}}{{ביאור|פון דעם וואס די תורה שמועסט אויס אז די בויער ביים [[דור הפלגה]] האבן גענוצט ציגל אנשטאט שטיין, זעט מען אז אין אלגעמיין איז עס נישט אין כלל.}}{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ללא=שם|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן ב'}}.
אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט{{הערה|שם=חינוך}}. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ח|מפרש=רמ"א}}; {{משנה ברורה|קלא|מא}}}}, און אפילו איבער א פאדלאגע פון [[בעטאן]] געמישט מיט קליינע שטיינדלעך{{הערה|שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז}}. [[ציגל]] הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: {{ציטוטון|וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן|{{תנ"ך|בראשית|יא|ג}}}}{{ביאור|פון דעם וואס די תורה שמועסט אויס אז די בויער ביים [[דור הפלגה]] האבן גענוצט ציגל אנשטאט שטיין, זעט מען אז אין אלגעמיין איז עס נישט אין כלל.}}{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן ב'}}.


טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור{{הערה|מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד}}.
טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור{{הערה|מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד}}.
שורה 35: שורה 35:
מן התורה איז נאר אסור ווען מען ביקט זיך "בפישוט ידים ורגלים", און מען ליגט אינגאנצן אויפ'ן שטיין{{הערה|{{בבלי|מגילה|כב|ב}}; {{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ו}}}}. אויב האט ער זיך געביקט אן פישוט ידים ורגלים, איז א מחלוקת: לויט'ן [[רמב"ם]]{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ח}}}} געבט מען אים [[מכת מרדות]], ווייל עס איז אסור מדרבנן; און לויט דער [[אור זרוע]]{{הערה|הלכות תפילה סימן צ"ג}} איז אזא השתחוויה אינגאנצן מותר, אפילו מדרבנן. דער רמב"ם איז אויך מודה אז זיך ביקן זייטיג איז אינגאנצן מותר{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ז}}}}.
מן התורה איז נאר אסור ווען מען ביקט זיך "בפישוט ידים ורגלים", און מען ליגט אינגאנצן אויפ'ן שטיין{{הערה|{{בבלי|מגילה|כב|ב}}; {{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ו}}}}. אויב האט ער זיך געביקט אן פישוט ידים ורגלים, איז א מחלוקת: לויט'ן [[רמב"ם]]{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ח}}}} געבט מען אים [[מכת מרדות]], ווייל עס איז אסור מדרבנן; און לויט דער [[אור זרוע]]{{הערה|הלכות תפילה סימן צ"ג}} איז אזא השתחוויה אינגאנצן מותר, אפילו מדרבנן. דער רמב"ם איז אויך מודה אז זיך ביקן זייטיג איז אינגאנצן מותר{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ז}}}}.


לויט די [[גאונים]] איז אסור זיך צו ביקן העכער א שטיין, אפילו ווען עס איז פארהאן א הפסק וואס טיילט אפ צווישן דעם מענטש און דאס שטיין{{הערה|אוצר הגאונים, ברכות סימן רכט; שאלות ותשובות הריב"ש סימן תי"ב, בשם [[רב שרירא גאון]]}}. אנדערע ראשונים נעמען אבער אן אז מיט אן הפסק צווישן דעם פנים און שטיין מעג מען זיך יא ביקן, און דעריבער פירט מען זיך אויסצושפרייטן גראזן אדער טעפיכער אין די שוהלן ווען מען ביקט זיך איבער די פאדלאגע, ווי אום [[יום כיפור]] ווען מען פאלט כורעים{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ז}}; מרדכי מגילה סימן תת"ז}}. טייל אחרונים לערנען אז אויך די גאונים זענען מודה אז גראזן זענען מפסיק, זיי זענען נאר מחמיר ווען מען ביקט זיך דירעקט איבער די פאדלאגע, ווייל די ערד פון שטוב איז א חלק פון שטוב און הייסט נישט קיין הפסק קעגן דעם שטיין וואס ליגט פון אונטער{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ללא=שם|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן כ"ב}}.
לויט די [[גאונים]] איז אסור זיך צו ביקן העכער א שטיין, אפילו ווען עס איז פארהאן א הפסק וואס טיילט אפ צווישן דעם מענטש און דאס שטיין{{הערה|אוצר הגאונים, ברכות סימן רכט; שאלות ותשובות הריב"ש סימן תי"ב, בשם [[רב שרירא גאון]]}}. אנדערע ראשונים נעמען אבער אן אז מיט אן הפסק צווישן דעם פנים און שטיין מעג מען זיך יא ביקן, און דעריבער פירט מען זיך אויסצושפרייטן גראזן אדער טעפיכער אין די שוהלן ווען מען ביקט זיך איבער די פאדלאגע, ווי אום [[יום כיפור]] ווען מען פאלט כורעים{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ז}}; מרדכי מגילה סימן תת"ז}}. טייל אחרונים לערנען אז אויך די גאונים זענען מודה אז גראזן זענען מפסיק, זיי זענען נאר מחמיר ווען מען ביקט זיך דירעקט איבער די פאדלאגע, ווייל די ערד פון שטוב איז א חלק פון שטוב און הייסט נישט קיין הפסק קעגן דעם שטיין וואס ליגט פון אונטער{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן כ"ב}}.


==צו ליינען מער==
==צו ליינען מער==

רעוויזיע פון 00:08, 11 סעפטעמבער 2023

אבן משכית
(הויפט מקורות)
מקרא ויקרא כו, א
תלמוד בבלי מגילה כב, ב
משנה תורה הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
ספרי מניין המצוות ספר המצוות, לאו י"ב
ספר החינוך, מצוה שמ"ט

אֶבֶן מַשְׂכִּית איז א שטיין באשטימט זיך צו בוקן דערויף. עס איז אן איסור זיך צו בוקן אויף שטיין אינדרויסן פון בית המקדש, אפילו צו השי"ת, ווי עס שטייט אין פסוק: "וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ"[1].

נאמען

דער טערמין "אבן משכית", ווערט געטייטשט דורך אסאך ראשונים אלס א באצירטער שטיין[2]; לויט רש"י, טייטשט עס א שטיין מיט וואס מ'באדעקט די ערד[3]. לויט ביידע פירושים, איז דער באדייט א שטיין וואס מען בוקט זיך דערויף[4].

דער איסור

מען טאר זיך נישט בוקן אויף אן אבן משכית אפילו צו השי"ת[5]. דער איסור ווערט אויסגערעכנט דורך די ראשונים צווישן די "לאוין"[6].

אנדערע באנוץ, ווי שטעלן א קעסטל אויף אן אבן משכית, איז מותר[7].

לויט רוב ראשונים איז דער איסור נאר דאס בוקן זעלבסט, אבער לויט דער יראים איז מען שוין עובר פון ווען מען לייגט דעם שטיין כדי זיך צו בוקן דערויף[8]. טייל ראשונים לערנען אז אין שול איז אסור צו פלאסטערן די ערד מיט שטיין, ווייל דארט איז עס געאייגנט צום בוקן, אבער אינדערהיים איז מותר[9].

עטליכע דעות ווערן דערמאנט אין די ראשונים איבערן טעם פון דעם איסור:

  • דער סדר פון די עובדי עבודה זרה איז געווען צו שטעלן א שטיין בעפאר דער עבודה זרה זיך צו בוקן דערויף, דעריבער איז עס געווארן גע'אסר'ט אויך פאר עבודת ה'[10].
  • צוליב חשד, ווייל עס קוקט אויס ווי ער בוקט זיך צום שטיין[11]; און דעריבער האט די תורה נישט גע'אסר'ט זיך צו בוקן איבער שיינע קליידער, ווייל א קלייד איז נישט קיין שטאנדהאפטיגע זאך און קיינער מאכט עס נישט אלס אן אפגאט[12].
  • וויבאלד אין בית המקדש האט מען זיך געבוקט איבער ערד געפלאסטערט מיט שטיין און מ'טאר נישט טון עפעס אויפן זעלבן אופן ווי עס איז אין בית המקדש, פונקט ווי ס'איז אסור צו בויען א שטוב אויסגעשטעלט ווי דער היכל, אדער נאכמאכן די מנורה[13].

לויט די ערשטע צוויי טעמים, איז מעגליך אז דער איסור ווערט גערעכנט ווי אביזרייהו דעבודה זרה, און מען דארף זיך לאזן הרג'ענען כדי נישט עובר צו זיין דערויף[14].

דער איסור גייט אן אין יעדן ארט, אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ[15], און עס איז נאר מותר אין בית המקדש[16]. די אחרונים זענען מסופק אויב דער הר הבית איז אויך אריינגערעכנט אין דעם היתר[17].

דער שטיין

אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט[12]. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס[18], און אפילו איבער א פאדלאגע פון בעטאן געמישט מיט קליינע שטיינדלעך[19]. ציגל הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: ”וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן” (בראשית יא, ג)[א][20].

טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור[21].

דאס ביקן

מן התורה איז נאר אסור ווען מען ביקט זיך "בפישוט ידים ורגלים", און מען ליגט אינגאנצן אויפ'ן שטיין[22]. אויב האט ער זיך געביקט אן פישוט ידים ורגלים, איז א מחלוקת: לויט'ן רמב"ם[23] געבט מען אים מכת מרדות, ווייל עס איז אסור מדרבנן; און לויט דער אור זרוע[24] איז אזא השתחוויה אינגאנצן מותר, אפילו מדרבנן. דער רמב"ם איז אויך מודה אז זיך ביקן זייטיג איז אינגאנצן מותר[25].

לויט די גאונים איז אסור זיך צו ביקן העכער א שטיין, אפילו ווען עס איז פארהאן א הפסק וואס טיילט אפ צווישן דעם מענטש און דאס שטיין[26]. אנדערע ראשונים נעמען אבער אן אז מיט אן הפסק צווישן דעם פנים און שטיין מעג מען זיך יא ביקן, און דעריבער פירט מען זיך אויסצושפרייטן גראזן אדער טעפיכער אין די שוהלן ווען מען ביקט זיך איבער די פאדלאגע, ווי אום יום כיפור ווען מען פאלט כורעים[27]. טייל אחרונים לערנען אז אויך די גאונים זענען מודה אז גראזן זענען מפסיק, זיי זענען נאר מחמיר ווען מען ביקט זיך דירעקט איבער די פאדלאגע, ווייל די ערד פון שטוב איז א חלק פון שטוב און הייסט נישט קיין הפסק קעגן דעם שטיין וואס ליגט פון אונטער[28].

צו ליינען מער

נאטיצן

  1. פון דעם וואס די תורה שמועסט אויס אז די בויער ביים דור הפלגה האבן גענוצט ציגל אנשטאט שטיין, זעט מען אז אין אלגעמיין איז עס נישט אין כלל.

רעפערענצן

  1. ויקרא כו, א
  2. אבן עזרא און רשב"ם, ויקרא כו, א; ספר המצוות, לאו י"ב; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  3. רש"י, ויקרא כו, א
  4. זעט תרגום אונקלוס, ויקרא כו, א: "אבן סגדא"
  5. רש"י, ויקרא כו, א; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
  6. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז', און ספר המצוות, לאו י"ב; סמ"ג לאוין מ"ג; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  7. תלמוד ירושלמי, מסכת עבודה זרה, פרק ד', הלכה א'
  8. ספר יראים השלם, סימן ש"נ
  9. מאירי, מגילה כב, ב, בשם "קצת אחרונים"
  10. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'; סמ"ג לאוין מ"ג; רמב"ן, דברים טז, כב
  11. רב האי גאון, געברענגט אין אור זרוע הלכות תפלה סימן צ"ג; רמב"ן, דברים טז, כב, בשם יש אומרים; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  12. 12.0 12.1 ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  13. רש"י, מגילה כב, ב, ד"ה לא, לויט כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו', און מנחת חינוך אויף ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  14. משנת חכמים, מצוה ל"ז. זעט אויך: שאלות ותשובות שבט הלוי חלק חמישי, קונטרס המצוות סימן נ"ט
  15. ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  16. מגילה כב, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'
  17. מנחת חינוך אויף ספר החינוך, מצוה שמ"ט;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי נח רבינוביץ, תולדות נח - ג, עמוד צ"ב
  18. רמ"א, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף ח'; משנה ברורה, סימן קל"א, סעיף קטן מ"א
  19. שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז
  20. מגן אברהם, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף קטן ב'
  21. מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד
  22. מגילה כב, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
  23. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ח'
  24. הלכות תפילה סימן צ"ג
  25. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'
  26. אוצר הגאונים, ברכות סימן רכט; שאלות ותשובות הריב"ש סימן תי"ב, בשם רב שרירא גאון
  27. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'; מרדכי מגילה סימן תת"ז
  28. מגן אברהם, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף קטן כ"ב

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.