אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חלום"

5,067 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 יאָר
ק
אויסדרוק
ק (אויסדרוק)
שורה 8: שורה 8:
רוב סייענטיסטן זענען היינט ביי דער מיינונג אז חלומות איז א וויכטיגע פראדעצור אינעם מענטשנ'ס מוח ווען ער שלאפט ווייל דעמאלט ווערט די גאנצע אינפארמאציע וואס דער מוח האט באקומען איבער'ן טאג מסודר און איינגעקריצט עס זאל געדענקט ווערן אויף שפעטער און אויך אז דער מוח זאל גרינגער קענען נוצן די אינפארמאציע נאכאמאל ווען עס וועט אויספעלן. געוויסע סייענטיסטן האלטן אז דער מוח טראכט גאר ביינאכט זאכן וועלכע מען האט נישט קיין צייט צו טראכטן אינמיטן טאג און זיי בויען דאס אויפ'ן פאקט אז מענטשן קענען אסאך מאל אויפשטיין אינדערפרי מיט א באשלוס וועלכע זיי האבן זיך געפלאגט א גאנצן טאג. וויאזוי אימער, האלטן זיי אלע אז חלומות איז א קאמבינאציע פון ביידע אויבנדערמאנטע הויפט טעאריעס.  

=== פארשידענע טעאריעס ===
א קאפ-שטיק טעאריע איז אויסגעפארשט געווארן דורך דעם וויסנשאפטלער [[זיגמונד פרויד]] (אן עסטרייך פיליזאף פון בערך 100 יאר צוריק) וועלכער האט געהאלטן אז אלע חלומות זענען געבויט אויף דעם שלאפנדיג'ן מענטשנ'ס גלוסטן און כאטש די חלומות וועלכע מען געדענקט קען טיילמאל ניטאמאל שטימען ווי דער הויפט טעמע וועט מען אבער שטענדיג קענען געפינען א וועג וויאזוי די מאדנעסטע חלום וועט יא שטימען מיט די הויפט גלוסטונגן פון דעם מענטש. צום ביישפיל אויב איינער גלוסט צו מאכן א מיליאן דאלאר וועט ער אפשר חלומ'ן וויאזוי ער איז געגאנגן אין פעלד און צוזאמנגעקליבן א מיליאן עפלעך. די חלום וועט אים אויסקוקן גאר מאדנע אבער די עפלעך וועט רעפרעזענטירן די געלט און וועט מיינען אז אין זיין חלום פאנטאזיע האט ער צוזאמענגעקליבן א מיליאן דאלאר. אבער נאך אלץ – זאגט פרויד – וועט אן עפל אמאל מיינען בלויז אן עפל.
א שווייצער וויסנשאפטלער מיט'ן נאמען קארל דזשואנג האט שטודירט פראוד'ס טעאריע מיט זיינע סטודענטן און איז שפעטער ארויסגעקומען מיט א נייע טעאריע אז אויסער וואס א מענטש חלומ'ט נאר אזעלכע זאכן וואס זענען אין זיין אינטערעסע (אויף פארשידענע וועגן) וועט זיין מוח דאס דעמאלט בעסער איבערטראכטן און אויפקומען מיט עצות וואס צו טאן צו קענען דעגרייכן דעם אינטערעסע.
אין 973' האבן די אמעריקאנער וויסנשאפטלער אלען האבסאן און ראבערט מעקערלי אויפגעקומען מיט אן אנדערע טעראריע וועלכע האט אוועקגעמאכט די ערשטע צוויי און זיי זענען ארויסגעקומען מיט א בוך אין 988' וועלכע רופט זיך "דער חלומ'דיגער מוח". אין דעם בוך שרייבן זיי אז נאכדעם וואס זיי האבן באטראכט די אקטיוויטעטן פון דעם שלאפנדיגן מוח זענען זיי געקומען צום באשלוס אז עס קען נישט זיין אז דער מוח טראכט אזויפיל ביינאכט נאר ליבערשט אז דער מוח סטימולירט אינמיטן שלאפן אויף א קליינע פארנעם און אלע אינפארמאציע וועלכע זענען אנוועזנד אין מוח אין יענע צייט סטימולירט און דערפאר זענען חלומות ווי מעשיות וועלכע האבן נישט קיין הענט און קיין פוס. זיי שרייבן אז אפילו ווען דער מענטש האט יא געחלומ'ט א נארמאלע מעשה איז עס אויך נאר נאכדעם וואס זיין וואכזאמע מוח האט צוזאמענגעשטעלט און געמאכט פשט אין דעם חלום באלד ווען ער איז אויפגעשטאנען.
לויט זייער טעאריע שטימט פיין פארוואס מען חלומ'ט זיך ביינאכט פון זאכן וועלכע מען האט געטראכט דאס מערסטע אינמיטן טאג. ווייל די אינפארמאציע זענען ווי צייטוויליגע מעמארי פיילס וועלכע ווערן גענוצט צו טראכטן און וויבאלד די זענען דאס מערסטע אנוועזנד דערפאר חלומ'ט מען זיך ביינאכט פון דעם.
אמאל פלעגן אלע פעלקער האלטן אז חלומות זענען ווי סימנים וואס ווייזן אויף געוויסע זאכן און געוויסע מענטשן פלעגן גיין צו עקספערטן וועלכע האבן גוט געקענט פותר חלום זיין. די קעניגן האבן דאס שטענדיג געטאן ווען אימער זיי האבן געהאט א מאדנע חלום אזויווי פרעה מיט די זיבן קוען. די רוימישע קעניגן זענען געווען דאס מערסטע באוואוסט מיט פותר זיין חלומות און די קעניגן האבן גאר געמאכט באשלוסן לויט די באשיידונגן פון חלומות.
אין די תורה געפינען מיר עטליכע פעלער אין וועלכע א חלום האט געמיינט א נבואה ווי די געשיכטע פון יוסף אין זיינע ברודער און יעקב אבינו מיט די לייטער.

== קען מען עקזעסטירן אן חלומות? ==
== קען מען עקזעסטירן אן חלומות? ==
אספקלריה רעדאקטארן
3,079

רעדאגירונגען