אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשת ימי הגבלה"

2,333 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
←‏די הגבלה: פארברייטערט
(אינערליכע פארבינדונגען, פארברייטערט)
(←‏די הגבלה: פארברייטערט)
שורה 17: שורה 17:


== די הגבלה ==
== די הגבלה ==
{{להשלים|נושא=אידישקייט}}
אין די צייט פון מתן תורה האט מען נישט געטארט ארויפגיין אויפ'ן בארג סיני. דאס איז געווען א [[לא תעשה]], און אידן זענען באפוילן געווארן צו [[התראה|ווארענען]] איינער דעם אנדערן דערוועגן{{הערה|שם=מכילתא|מכילתא אויף {{תנ"ך|שמות|יט|יב}}}}; עס ווערט אבער נישט גערעכנט צווישן די [[תרי"ג מצוות]], וויבאלד דער איסור גייט נישט אן אין שפעטערדיגע דורות{{הערה|ספר המצוות להרמב"ם, שורש ג'}}. דער איסור האט אריינגערעכנט אויך ארויפגיין אויף א וואגן אן צו בארירן דעם בארג, אדער אנרירן דעם בארג מיט די האנט אן ארויפצוגיין{{הערה|שם=מכילתא}}, אבער בארירן דורך אן אנדערע זאך איז נישט געווען אסור{{הערה|מכילתא דרשב"י אויף {{תנ"ך|שמות|יט|יג}}}}.
 
משה רבינו האט זיי באשטימט א גרעניץ אלס סימן, זיי זאלן זיך נישט דערנענטערן מער ווי דער גרעניץ{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יט|יב|מפרש=רש"י}}}}. לויט איין מקור, איז דער גרעניץ געווען ארום [[תחום שבת|צוויי טויזנט אמה]] ווייט פון בארג{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יט|יב|מפרש=רבנו בחיי}}. אין {{תנ"ך|שמות|לד|ג|מפרש=רמב"ן}} ווייזט אבער אויס אז ביי מתן תורה האט מען געמעגט צוגיין ביז צום בארג}}.
 
משה רבינו האט יא געמעגט ארויפגיין, ווי אויך [[אהרן הכהן]] אין אן אפטיילונג פאר זיך, ווייניגער אריין ווי משה{{הערה|שם=מכורשי|מכילתא און {{תנ"ך|שמות|יט|כד|מפרש=רש"י}}}}; אבער די כהנים - וואס האט דאן באדייט די [[בכור]]ים אדער [[נדב און אביהוא]]{{הערה|א מחלוקת צווישן [[רבי יהושע בן קרחה]] און [[רבי יהודה הנשיא]] אין {{בבלי|זבחים|קטו|ב}}}} - האבן נישט געטארט ארויפגיין{{הערה|שם=מכורשי}}.
 
משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון [[גניבה]] און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה{{הערה|[[תנא דבי אליהו]] רבה, [[ש:Tanna_Debei_Eliyahu_Rabbah/18?selectedunittext=7|פרק י"ח]]}}.
משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון [[גניבה]] און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה{{הערה|[[תנא דבי אליהו]] רבה, [[ש:Tanna_Debei_Eliyahu_Rabbah/18?selectedunittext=7|פרק י"ח]]}}.